זונטאג פ' ויקרא • ז' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א שמחה'דיגע שטימונג האבן זיך אלפי חסידי גור מיטגעפריידט ביי די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי רבם ומאורם כ''ק אדמו"ר מגור שליט''א וואס איז פארגעקומען פארלאפנעם מיטוואך (פקודי) אין גרויסן גערער ביהמ''ד אין ירושלים.
ביים יעצטיגן חתונה איז איינגעפירט געווארן עטליכע שינויים אין די סדרי החתונה, אזוי ווי ביים פאריגן חתונה, איז אויך דאס מאל די מעמד החופה פארגעקומען אויפן דאך פון ביהמ"ד הגדול אויף א באשיידענעם פארנעם מיט די השתתפות פון די קרובי המשפחה און בלויז עטליכע הונדערט חסידים צוליב די אומשטענדן אין ארץ ישראל, אויך די קינדער טיש וואס איז איינגעפירט אין גור,איז דאס מאל פארגעקומען נאכן חופה און נישט בעפאר די מעמד קבלת פנים ווי געווענדליך, און די מעמד קריאת התנאים איז פארגעקומען איידער די קבלת פנים.
מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"ג רבי דוב לנדא שליט"א מפארי רבני חסידי גור אין רמות, אין נאכן ליינען די תנאים איז די רבי ערשינען אין בית מדרש הגדול צום מעמד קבלת פנים וואו עס האבן אנטייל גענימען די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות, די רבי האט פארטיילט לחיים פאר די בחורים און איינער פון די בחורים פון קיבוץ האט איבערגעגעבן א קוויטל מיט די נעמען פון אלע עלטערע בחורים וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט זיווגים.
נאכן קבלת פנים אום פיר אזייגער איז מען ארויס צום חופה, די סדר הכיבודים איז געווען ווי פאלגענד: מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, קריאת הכתובה די געוועזענער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו שליט"א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן כ"ק האדמו"ר מדאראג שליט"א, כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א, די ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, די זיידעס הרה"ח ר' דוד סקולסקי און הרה"ח ר' אברהם משה קליינהענדלער, ברכה אחריתה כ''ק האדמו''ר ממחנובקא בעלזא שליט''א.
נאכן חופה איז די רבי שליט"א ערשינען מיט די באטייליגטע אדמורי"ם ורבנים אויף איינע פון די גאלעריען אין ביהמ''ד הגדול וואו די טויזנטער חסידים האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין ריקודין של שמחה. עס האט נאכגעפאלגט מיטן שולחן לחיים בביתו נאווה קודש פונעם זיידן די גערער רבי שליט''א מיט די חשובע אדמור''ים ורבנים.
א קורצע צייט דערויף איז די רבי ערשינען צום קינדער טיש אין גרויסן ביהמ"ד ווי עס זענען געוועהן פארזאמלט די טויזנטער תשב''ר ילדי החסידות, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות אין דערנאך האט איינער פון די קינדער געזינגען גראמען, און די רבי האט פארטיילט לחיים.
נאך א קורצע הפסקה אום 7:30 איז די רבי ערשינען צו די סעודת החתונה, לקול תרועת השמחה במקהלות אלפי החסידים, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני שמחה א לענגערע צייט, הרב משה גדליה לעוו האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין לכבוד די שמחה, די רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט די שבע ברכות כנהוג.
בראש המסובים ביי דער חתונה האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע כ"ק האדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, הגאון ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א, הרבני הנגיד ר' אביגדור אסטרייכער מראשי ק"ק סקווירא און נאך.
נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, אין הרב אברהם נחום לעוו האט כנהוג אויסגעגראמט אלע חשובע זיידעס און מחותנים צו טאנצן מיטן חתן. מהאט פארענדיגט די חתונה בשעה 11:30, די רבי האט געוונטשן מזל טוב לכל העם הנאספים און איז אריין אין א זייטיגער שטוב צום מצווה טאנץ באופן פרטי מיט די בני המשפחה אין די צייט וואס די חסידים האבן ממשיך געוועהן די ריקודים אין גרויסן ביהמ''ד, וועלכע האט אנגעהאלטן לענגערע שעהן נאכאנאד. גאר רירענד איז געוועהן ווען דער געהויבענער בעל שמחה הרה"צ ר' שלמה צבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין מיט אלע יתומים סיי פון ארץ ישראל אין די וואס זענען געקומען צופארן מעבר לים זיך מיטצופרייען אין די גרויסע שמחה, עס איז שוין געווען צוויי אזייגער ביינאכט ווען די טויזנטער חסידים האבן פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול נאך די געהויבענע שמחה.
Σχόλια