זונטאג פ' פקודי • ל' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די טעג האט זיך כ"ק אדמו''ר משעדליץ שליט''א צוריקגעקערט פון א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, אין באגלייטונג פון א קיבוץ חסידים ואנשי מעשה לשפוך שיח ביי די קברי אבות אשר בארץ המה. אויף שבת האט די רבי שליט''א געוויילט אין שטאט ליזענסק סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן ר''ר אלימלך מליזענסק זי''ע, נאך שבת איז מען אנגעקומען צום שטאט שעדליץ אין פולין מקום מנוחת קדשו פון זקינו הרה''ק רבי גרשון משעדליץ זי''ע וואס מען האט פאריאהר אפגעפינען נאך לענגערע זוכענישן, דער ציון איז דאן איבערגעפרישט געווארן אונטער די אויפזיכט פון זיין אייניקל די שעדליצער רבי וואס איז שטארק אקטיוו אין די פעולות צו פאראייביגן דעם מקום קדוש, וועלכע איז געווען א תל תלפיות ווי טויזענטער יודן פון איבער גאנץ אייראפע פלעגן קומען שופך שיח זיין להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
Comentários