זכרון צדיק: אלפי חסידים אפגעצייכנט הילולא תליתאי פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל ער"ח אלול
- לפני 34 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה נחום,JDN
מיט א רגש עילאה האבן אלפי חסידי ראחמיסטריווקא דעם פארלאפענעם ער"ח אלול אפגעצייכנט די הילולא תליתאי פונעם אומפארגעסליכן רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל בעל אמרות טהורות, ווען ס'האט זיך ווידעראמאל אנטוויקלט א ברידערליכע אחדות'דיגע צונויפברענג פון חסידים פון אלע הויפן פון ממשיכי דרכו בקודש, די קינדער כ"ק האחים האדמורי"ם שליט"א, בראשות דעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א.
בליל הילולא קדישא, דינסטאג שופטים אויפדערנאכט, איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק אויף תפלת מעריב ברוב עם, און נאך מעריב האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך בהאי יומא רבא.
אינצווישן איז דער היכל ביהמ"ד הגדול געווארן איבערגעפילט מיט די מאסן חסידים פון אלע ראחמיסטריווקא הויפן וואס זענען געקומען פון פארן פון אלע שטעט, מיטצוהאלטן די צענטראלע סעודת הילולא בראשות אלע אחים האדמורי"ם שליט"א באהבה ואחוה וריעות, לתפארת בית ראחמיסטריווקא.
די הויכשטאקיגע פארענטשעס רינגס ארום דעם ביהמ"ד און די הונדערטער זיץ-פלעצער איבער'ן גאנצן ביהמ"ד איז בליץ שנעל פיל געווארן, און די עסקנים האבן זיך געמאטערט צו פלאצירן דעם גרויסן שטראם וואס האט נישט נאכגעלאזט במשך די גאנצע סעודה.
צום באשטימטן זמן זענען אלע רביים ערשינען אינאיינעם אין ביהמ"ד, און זיך געוואשן צו די סעודת הילולא.
נאך די פיש האט כ"ק אדמו"ר מראחיסטריווקא שליט"א געוואונטשן לחיים פאר אלע רבי'ס, און באזונדער פאר'ן פעטער הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און פאר די שוואגערס,חתני דבי נשיאה פונעם רבי'ן ז"ל צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א און כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, און דאן פאר'ן גאנצן ציבור.
די רבי'ס האבן אויסגעמישט די שיריים, און דאס איז פארטיילט געווארן פאר'ן גאנצן ציבור.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א האט געמאכט דעם סיום הש"ס, און אלע רבי'ס האבן געזאגט אינאיינעם קדיש.
די קאפעליע האט אנגעהויבן מיט'ן ניגון התעוררות "הזכירו", און דערנאך האט מען ווייטער אויפגעגעבן די מאכלים, די זופ מיט די פלייש, און די קאפעליע האט ממשיך געווען מיט נאך ניגוני התעוררות ודביקות.
דערנאך דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם פעטער הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי פארצוזינגען "עזרת אבותינו", וואס האט ערוועקט רגשי געגועין וכיסופין אויפברענגענדיג אין זכרון ווען מ'האט זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם בעל הילולא אנהייבן דעם ניגון מיט א השתפכות הנפש לעורר זכות אבות.
דער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם פעטער אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי מיט ברכת המזון על כוס, און דער פעטער האט צוריק מכבד געווען דעם פלומעניק, דער רבי שליט"א, וועלכער האט געבענטשט על הכוס. נאכ'ן בענטשן איז דער עולם איז אריבער געבן לחיים פאר אלע רבי'ס.
מיטוואך צופרי ביומא דהילולא איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו תפלת שחרית אום אכט אזייגער, ווען דער ביהמ"ד איז פיל מקצה אל הקצה מיט פילע הונדערטער חסידים זקנים עם נערים.
דער רבי שליט"א האט פארגעדאוונט פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות, און נאכ'ן דאווענען מעריך געווען א שלחן לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען לענגערע ווארעמע און הארציגע דברות קודש במשנתו של בעל הילולא, און משנן געווען דרכו הטהורה און וואס ער פלעגט פאדערן און מאנען ביים ציבור.
דערביי האט דער רבי פראקלאמירט א נייעם סדר פון "לימוד משניות בחבורה", אז יעדער חסיד זאל נעמען אויף זיך צו לערנען צוויי משנה'ס א טאג לע"נ דעם טאטן ז"ל, און אזוי וועלן יעדע 6 יונגעלייט ענדיגן צווישן זיך גאנץ ששה סדרי משנה, וואס מ'וועט מסיים זיין ברוב עם צום קומענדיגן יארצייט ער"ח אלול תשפ"ז.
ארום האלב איינס איז דער רבי אנגעקומען צום ציון המציונת אויפ'ן בית עלמין הר שלום, מיט'ן השתתפות פון א ריזן ציבור זקנים עם נערים, ספעציעל די הונדערטער תלמידי הישיבות קטנות און גדולות. נאכ'ן זאגן די פרקי תהילים האט דער רבי ממשיך געווען מיט אנא בכח זיבן מאל ארום דעם קבר כמנהגו, און דערנאך געזאגט קדיש.
דערנאך האט דער רבי גענומען קוויטלעך פונעם גאנצן ציבור, יעדער האט געהאט די זכי' אריבערצוגיין און איבערגעבן א קוויטל אין רבי'נס האנט, און דער רבי האט אפגעליינט יעדנ'ס בקשה און דאס אראפגעלייגט אויפ'ן ציון הק'.
דערנאך איז דער רבי צוריקגעפארן למעון קדשו אין בארא פארק, און במשכ'ן טאג ווייטער אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך אינעם הייליגן קוויטל-שטוב פון מר אביו דער בעל הילולא. אום זיבן אזייגער איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד צו "יום כיפור קטן", און דערנאך פארגעדאוונט מנחה פאר'ן עמוד און געמאכט דעם סיום משניות און קדיש.






















תגובות