מיטוואך פ' כי תבוא - י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בלום, בחצרותינו באבוב 45
חלק ב' פונעם געהויבענע נסיעה 'אהבת איתן' דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אינאיינעם מיט די הונדערט נגידים בוני ומקימי הביהמ''ד הגדול צו די קברי אבות אין פולין גאליציע.
פון ליזענסק איז מען געפארן קיין צאנז, צום ערשט איז מען צוגעפארן צום נייעם הכנסת אורחים בנין 'לינת הצדק', מיסודם פון האדמורי"ם שליט"א בני כ"ק האדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק, וואו האדמו"ר מצאנז גריבוב שליט"א, האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א צו "קובע מזוזה" זיין, און דערמיט האט מען מחנך געווען דעם נייעם פראכטפולן בנין וואס וועט אי"ה שטיין צום דינסט פון מאסן אידן וואס קומען קיין צאנז פוקד זיין דעם ציון הק'.
אויפ'ן ארט אין דעם הערליכע היכל בית המדרש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ביי וועלכע דער רבי שליט"א האט געשמועסט טייערע ענינים איבער די שטאט צאנז און איבער די גרויסע השפעה פון הרה"ק מצאנז זי"ע אין די גאנצע סביבה. אין א זעלטן ווארעמע און היימישע געפילן האט מען געזונגען דעם ניגון 'אב הרחמים' פון פריערדיגן רב כ"ק הרה"ק מהר"ש זי"ע און דערנאך געדאווענט מעריב ברוב עם הדרת מלך.
דינסטאג אינדערפרי, איז מען געגאנגן אין הערליכען מקוה אין בנין פון בוני צאנז, און עס איז געווען צוגעשטעלט ווארימע קאווע און טיי. תפלת שחרית איז פארגעקומן אינעם אלטן "צאנזער שוהל" וואו מרן הרה"ק מצאנז זי"ע האט געפראוועט זיין עבודת הקודש בימי הרחמים והרצון.
אין א זעלטענע ערשיינונג פארן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א תשובה אין ספה"ק דברי חיים, חלק או"ח סי' י"ח. א געוואלדיגע הדרכה אין "יסודות הדת" במשנתו פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א עולה געווען צום ציון הק' פונעם הייליגן צאנזער זיידע זי"ע, ווי ער האט מיט גרויס התרגשות פארגעזאגט די 18 קאפיטלאך תהילים פון ימי אלול פון ע"ג ביז צ', און געבלאזן שופר. שטייענדיג פאר'ן הייליגן ציון האט דער רבי שליט"א מיט דברי התעוררות מעומק לבו הטהור, מעורר רחמים געווען און ערוועקט זכותו של אותו צדיק הדורות, מגין צו זיין אויף אלע וואס קלאמערן זיך אין זיינע הייליגע דרכים. דאן האט מען געזונגן דעם דביקות'דיגן ניגון פונעם פריערדיגן רב כ"ק הרה"ק מהר"ש זי"ע אויף דעם פיוט במוסף ר"ה "גשים מול ארון הקודש באימה, לשכך כעס וחימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, ואתה מן השמים תשגיח אותם לרחמה", דער רבי האט זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' און דערנאך געליינט קוויטלעך במשך א לענגערע צייט.
ס'איז גאר קענטיג געווען די גרויסע עבודה הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אויפ'ן ציון הק' פונעם הייליגן צאנזער זיידע זי"ע, זייענדיג כל כולו פארכאפט אין א הייליגן פלאם פון קדושה און דביקות, מיט אויסערגעווענליכע השתפכות הנפש, למען הכלל והפרט.
Comments