top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבל יחיד: עצרת מספד אין חצה"ק דושינסקיא ככלות השלושים פון הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

שטייענדיג ככלות השלושים פון הגאון האדיר רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל, חבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, וועלכער איז פלוצלינג נסתלק געווארן פארלאפענעם שבת זכור בצפרא דשבתא, איז אין קהל בית יוסף צבי דושינסקיא אפגעהאלטן געווארן אן עצרת מספד והתעוררות צו באוויינען דעם גרויסן גאון וצדיק וואס זיין פטירה איז א פערזענליכע פארלוסט פאר ק"ק דושינסקיא, אבל יחיד עשוי לך.


פילע יארן האט דער רב זצ"ל געדינט אלס מרביץ תורה לרבים, און האט מעמיד געווען תלמידים הגונים אין די ישיבה "בית יוסף צבי דושינסקיא", און האט גענאסן א קרבה יתירה ביי די מנהיגי העדה אנגעהויבן ביי הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים און שפעטער ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


געעפענט דעם עצרת האט הרה"ח ר' שמעון ווייס שליט"א יו"ר הנהלת העדה החרדית, נאך די קורצע דברי פתיחה איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און זיך מעטר געווען בטליתו וואו עס איז געווען דער מנהג אין די קהילות הקודש אין אויבערלאנד. דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה, און דער חלל וואס זיין פטירה האט געשאפן אין די עדה החרדית און בעולם התורה בכלליות.


נאך דעם רבינס הספד האבן מספיד געווען תלמידו הגאון רבי מאיר נויפעלד מו"ץ העדה החרדית ורב ביהמ"ד צעירים דושינסקיא אין בית שמש, הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ און תלמידו הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא, בנו הגדול פונעם רבי'ן.


אלע האבן פה אחד מעיד געווען אויף זיין בהירות נפלא אין אלע מקצועות התורה און זיין שטארקייט צו שטיין על המשמר פון חומות הדת אין ירושלים. אויך האט מען ערווענט זיין דמות דיוקן מיט זיין דביקות בתורה, וכל היום והלילה הוא שיחתו, זיין הרבצת התורה, די מלחמה לה' בעמלק מדור דור. שפלות רוח. סבר פנים יפות צו יעדן איד אין יעדן מצב, און ווי ער איז געשטאנען איתן כחלמיש לוחם צו זיין מלחמתה של תורה קעגן די שרעקליכע גזירות קעגן דעם דת תורתינו הק'.



bottom of page