רַנְּנוּ צַדִּיקִים • הערליכע חתונה געפראוועט אין שטאט מאנסי פון החתן בן האד' מסקולען וויליאמסבורג
- בחצרות הקודש

- 8 בפבר׳
- זמן קריאה 4 דקות
עודכן: 10 בפבר׳
מוצאי שבת פ' בשלח • י' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי שווארץ, שראלי ב. JDN
הונדערטער אידן האבן דעם מיטוואך איבערגעפילט די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי, ביי די גרויסארטיגע חתונה בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג, שמחת החתונה פון די חתן בנן של קדושים הרב מנחם זאב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יואל ארי' שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת תורת חסד זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א פון מאנסי.
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די גאנצע חתונה, ווען אלע ברידער האדמורי"ם שליט"א לבית סקולען זענען געזעסן אינאיינעם מיט א ברידערליכע אחדות, באשיינט במלוא הדרם די גרויסע שמחה במעון הקודש פון זייער באליבטער ברודער דער סקולענער רבי פון וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון כל בני חבורתא קדישתא, חסידי ומעריצי בית סקולען מכל מקומות מושבותיהם, וואס האבן זיך נישט ערלויבט צו פארפאסן אפילו איין מינוט פון די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.
ביים מעמד קבלת פנים האט אויפגעטרעטן מיט גראמען איינער פון די בחורי החסידות, און א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות זיך גרייטענדיג צום געהויבענעם מעמד החופה. ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ביים מעמד החופה האט דער געהויבענער מחותן כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, וואו דער רבי האט מרעיש עולמות געווען במעמד אבותיו הקדושים קעגן די נסיונות הדור, אזוי ווי אביו הגדול הרה"ק מסקולען זי"ע האט זיך נוהג געוועהן ביי די חופות במעון קדשו. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שעדליכקייט פון טעכנעלאגיע און די שרעקליכע צרות וואס קומען ארויס דערפון, בענין קדושת התפילה, איבער צניעות ביי נשים, און מעורר געווען איבער פארשידענע יסודות אין אידישקייט הצריכים חיזוק.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער אבי החתן די סקולענער רבי שליט"א, עדי קידושין הרב הערשל מאנן פון קרית יואל, און הרב יחזקאל יוסף טונק פון קרית יטב לב , מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער פון חתן הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א און די ברידער כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית סקולען, פון מאנסי, לעיקוואד, ירושלים. הגה"צ ר' דוד משה שטערן אבד"ק סערענדזש לאנדאן פעטער מצד הכלה. ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ ר' ברוך חנה גרינפעלד שליט"א אבד"ק באבוב 45 לאנדאן.
ביים חופה האבן זיך אויך באטייליגט די שוואגער הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א און די ברודער האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב סקולען שליט"א.
ביים ענדיגן די מעמד החופה האט דער געהויבענער מחותן דער סקולענער רבי אנגעוואונטשן דעם ציבור, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים, ווען די גאנצע ציבור חסידים פרייען זיך בשמחה וחדוה לרגל די גרויסע שמחה. נאכן חופה איז דער עולם אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן און מקבל זיין ברכות הקודש.
די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט בהרחבה אינעם גרויסן זאל, משוררי בית סקולען האבן מהנה געווען בשירה וזמרה דורכאויס די סעודה. ארום ניין דרייסיג האט מען מקבל געווען פני הקודש פונעם געהויבענעם מחותן דער סקולענער רבי שליט"א וועלכער איז ערשינען צו די שמחת החתונה במלוא הדרו, איינגעהילט מיט שמחה און התרגשות כשהשמחה במעון קדשו, דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין, און כדרכו בקודש אריינגעלייגט א זעלטענע עבודה ביי די ניגוני קודש.
א קורצע צייט דערויף איז דער חתן אריינגעקומען צום טאנצן, און א לענגערע צייט האט מען ממשיך געווען די ריקודין מיט גרויס דערהויבענקייט, ווען אינצווישן איז דער מחותן דער סקולענער רבי אראפ אין צענטער פון זאל און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן, און מחותן דער אבי הכלה שליט"א. דאן האט זיך דער רבי צוריקגעקערט אויפן אויבן אן וואו דער עולם האט זיך אריבערגעשלענגעלט צו וואונטשן מזל טוב. שפעטר איז דער רבי ווידער אראפגעקומען אויף א ספעציעלע ריקוד מיט די בחורי חמד, וואו דער רבי איז געטאנצן מיט די ראשי ומנהלי החבורות מיט גרויס התרוממות. דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט און ספעציעלע ריקודין נלהבים בשלהבת אש קודש מיט די שוואגער'ס און ברודער'ס האדמורי"ם שליט"א. ווען אלע חסידים שטייען ארום די גאנצע זאל מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן. במשך די חתונה האט מען עטליכע מאל געזונגען די אויסגעווייקטע סקולענער ניגון נרננה בישועתך אויף וואס דער רבי קאכט כסדר אריין, ווען אלע חסידים הייבן זיך טפחיים מעל הקרקע.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער מצד כלה הרה"ג ר' יצחק גרשון שטערן שליט"א, די ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די געהויבענע פעטער'ס און קרובי המשפחה, ברכה אחריתא דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ אב"ד וויטקא שליט"א.
דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די חתונה, די מעמד המצוה טאנץ. בדחנא דמלכא הרב יודל קריינדלער הי"ו האט געגראמט און אויסגערופן צום מצוה טאנץ, צוערשט דער זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין אויפן ניגון אחד יחד ומיוחד כנהוג בחצר הקודש נאדבורנא. און דערנאך די זיידע מצד הכלה הגה"צ ר' ברוך חנה גרינפעלד שליט"א אבד"ק באבוב 45 לאנדאן.
דערנאך איז מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די שמחה, די ריקודין עילאין דורך די געהויבענע מחותן דער סקולענער רבי שליט"א, דער בדחן האט אויסגעגראמט און מעורר געווען די זכות אבות וואס געפונען זיך יעצט דא משמי מעל, ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע כח אויסצופועל'ן ישועות אין די יעצטיגע מאמענט. דערנאך האט מען געזינגען מיט גרויס דביקות די ניגונים תפן אילינו און כי עמך מקור חיים וואס מען זינגט ביי די זמנים מיוחדים אין הויף. און דער רבי איז אראפ און צענטער פונעם זאל און זיך ארויסגעלאזט טאנצן לקראת הכלה, אויף די הייליגע מקובל'דיגע ניגונים כנוסח בית סקולען בדביקות עילאה ובשלהבת אש קודש.
נאכ'ן מצוה טאנץ פונעם רבי'ן זענען געטאנצן די שוואגער'ס און ברודער כ"ק האדמורי"ם שליט"א לקראת הכלה, עס איז שוין געווען אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען נאכן מיטהאלטן די שיינע שמחה בבית צדיקים מיטנעמנדיג הויפענעס מיט השפעות און ישועות לרוב פון די שמחה רוממה.



























































תגובות