top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באיאן תושבי אייראפע מיטגעלעבט התרגשות'דיגע מאמענטן ביים שמחת התנאים לנכד האד' מבאיאן אין לאנדאן

דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט טיפע געפילן פון שמחה און התרגשות האבן חסידי באיאן תושבי אייראפע מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער איז דעם זונטאג אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין לאנדאן צו באשיינען די שמחת התנאים פון א אייניקל, החתן בן לבנו הגדול הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יעקב יוסף גרינפעלד שליט"א מסעמיהאלי לאנדאן.


זונטאג צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית כוותיקין, און דערנאך ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג קיין לאנדאן. אין די נאכמיטאג שעות האט דעם רבינ'ס פליגער געלאנדעט אין לאנדאן, וואו עס האט אפגעווארט דער בעל אכסניא הנגיד החסיד בנש"ק ר' יחיאל געטטער, ואתו עמו א געקליבענע צאל ראשי ונכבדי העדה. אזוי אויך זענען געקומען צו פארן פילע חסידים פון אנדערע שטעט אין אייראפע, פון מאנטשעסטער און אנטווערפן, ובראשם די ברידער הגה"צ ר' דוב בער פריעדמאן אב"ד טשארטקוב אנטווערפן, און הגה"צ ר' ישראל פריעדמאן אב"ד טשארטקוב מאנטשעסטער.


פון לופטפעלד איז דער רבי אריינגעפארן צו די סטעמפארד הילל געגנט לבית האכסניא, און דערנאך אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין באיאנער קלויז וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מקבל צו זיין את פני הקודש.


נאך מנחה האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט אמרי קודש, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו זיך צו טרעפן ווידער מיטן היימישן עולם, דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון הנה מה טוב ומה נעים, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן.


נאך מעריב אין קלויז איז דער רבי ארויסגעקומען אויף קידוש לבנה אין חצר פון ביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי ווידער משמיע געווען קורצע אמרי קודש. דאן איז דער רבי צוריק לבית האכסניא מיטן קאר פון הנגיד החסיד ר' יהושע עוזר היילפערין פון מאנטשעסטער, און דארט זענען אריינגעקומען די חתן און מחותנים אפנעמען ברכת מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה.


אין די אווענט שעה'ן איז דער רבי ערשינען אינעם באיאנער קלויז צום שמחת התנאים, וואו מען האט מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה זינגענדיג קול רנה וישועה באהלי צדיקים, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס.


א לענגערע צייט האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים, און עטליכע מאל האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די שמחה. דער רבי האט משמיע געווען אמרי קודש לכבוד די שמחה, געבראכן די טעלער און זיך ווידער אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די שמחה.


דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן אויפן בימת הכבוד אלע אדמור"י ורבני העיר, וואס זענען געקומען וואונטשן פארן געהויבענעם בעל שמחה דער באיאנער רבי שליט"א, כ"ק האדמורי"ם מקאסאן און סטראזשניץ, א משלחת פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן וועלכער געפונט זיך אויסער די שטאט, די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן וועלכער געפונט זיך אין ניו יארק, הגה"צ אב"ד טשארטקוב לאנדאן א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, הגה"צ ר' שלום פריעדמאן הגה"צ ר' זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים, הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, און נאך פילע רבנים וחשובי העיר.


מאנטאג צופרי צומארגנס פון די שמחה הרוממה, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין היכל הקלויז, וואו עס זענען געווען פארזאמלט פילצאליגע חסידים סיי פון לאנדאן און אזוי אויך פון אנדערע שטעט אין אייראפע, און געלערנט בצוותא חדא כרצון קדשו פונעם רבי'ן. דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און געשעפט גרויס קורת רוח, און דערנאך זיך אוועקגעזעצט לערנען אינאיינעם מיט כל הקהל הקודש.


פאר שחרית האט דער רבי תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים תושבי העיר, ביי תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך האט דער רבי עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען אמרי קודש, און דערנאך איז דער גאנצער עולם אריבער זיך געזעגענען לחיים ולשלום.


דורכן טאג האט דער רבי באזוכט בבית בנו הרב יצחק מאיר ברייאר, און ביי מחותנו הגה"צ אב"ד טשארטקוב לאנדאן, אזוי אויך האט דער רבי אפגעשטאט באזוכן אין שטוב פונעם נייעם מחותן הרה"ג ר' יעקב יוסף גרינפעלד מסעמיהאלי, און זיין שווער הגה"צ ר' דוד היילפערין שליט"א גאב"ד הענדאן. דער רבי האט אויך באזוכט אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א, ביינאכט האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל.









Comments


bottom of page