מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדעיר קרעדיט: שוקי לרר
מיט התרוממות דקדושה האבן חסידי סאדיגורא אפגעצייכנט די 4'טע יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצ"ל, וואס איז אריבער מיט גרויס התעוררות בצל בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.
א ספעציעלע התרגשות האט באנומען צום היי יעריגן הילולא, ווען דער רבי שליט"א האט בו ביום געפראוועט דעם "סיום ששה סדרי משנה", אויפ'ן טעגליכן שיעור משניות וואס דער רבי שליט"א לערנט פאר יעדן טאג נאך תפלת שחרית, א שיעור מיוחדת במינה, וואס דער רבי האט אנגעהויבן פארצולערנען נאכ'ן הסתלקות פונעם פאטער דער רבי ז"ל, פארלערנענדיג בטוב טעם ודעת און מיט א גרינטליכע הבנה משנה-נאך-משנה, און אצינד נאך פיר יאר דורכגעלערנט אלע ששה סדרים.
דער רבי איז ערשינען צופרי צו תפלת שחרית אין היכל ביהמ"ד הגדול, וואו עס האבן מיטגעדאווענט א גרויסער ציבור חסידים לרגל די יארצייט. דער רבי האט געזאגט אלע קידושים, און נאכ'ן דאווענען מעריך געווען א שלחן לחיים און סיום ששה סדרי משנה. דער רבי האט געטיילט שריים פאר אלע קביעות'דיגע משתתפי השיעור, און דערנאך דריי מאל משמיע געווען דברות קודש, זייענדיג מעלה זכרונו הבהיר פונעם בעל הילולא, און מאריך געווען איבער זיין עבוה"ק בלימוד משניות, און ווי ער האט אים שטענדיג מזרז געווען אין דעם לימוד, ופקודתו שמרה רוחו, איינפירנדיג דעם שיעור משניות לעילוי נשמתו, וואס מ'האט יעצט זוכה געווען מסיים צו זיין, בנוסף צום יערליכן סיום משניות צום יארצייט דורך די בני הקהלה.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי ארויף במעמד קהל רב צום ציון הק', און א לענגערע צייט מעתיר געווען לדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט.
שפעטער פארנאכטס איז דער רבי ערשינען צום טיש לכבוד די הילולא, באלד ביים אריינקומען האט די רבי מסיים געוועהן ש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי סאדיגורא לזכר נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, מ'האט געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש, יסודת'דיגע הדרכות און ענינים במשנתו פונעם פאטער דער בעל הילולא.
Comments