top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער שבת אפגעראכטן אין קרית יואל בראשות המשפיע הגה"צ רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א מברסלב

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


אויף דעם פארלאפענעם שבת פרשת יתרו האט געוויילט אין קרית יואל הגה"צ ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א מגדולי משפיעי ברסלב בארה"ק, דער משפיע וויילט שוין אין אמעריקא פאר עטליכע וואכן און איז אצינד אנגעקומען וויילן אויף דעם געהויבענעם שבת בקרב חסידיו ומעריציו אין קרית יואל.


דער געהויבענער שבת איז געפראוועט געווארן אין די 'אפריון' זאלן און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת און זיך אנשעפן פונעם קוואל פון תורה וחסידות. די אכסניא איז געווען בבית הרה"ח ר' ישעי' גליק הי"ו הארט נעבן דעם גרויסן זאל.


מוצאי שבת האט די משפי אנגעקמען קיין מאנסי אין אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה אין ברסלבער ביהמ"ד אויף מאנסי בלווד.






bottom of page