זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

תלמידי וחסידי קרעטשניף אין לאנדאן גרייטן זיך מיט עקסטאז מיטצולעבן ימי אורה בצילו פונעם גרויסן גאסט כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף ירושלים שליט''א וואס וועט מארגן מאנטאג אנקומען צוגאסט בעיר הבירה לאנדאן.
דורכאויס די קומענדיגער צוויי וואכן וועט זיך די רבי שליט''א אויפהאלטן אינעם נייעם חרדישן יישוב וועסטקליף א שעה צו פארן פון לאנדאן, ווי די רבי וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' נפתלי אלימלך שטערן ווי די רבי וועט פראווען די קומענדיגער צוויי שבתים פנחס אין מטו''מ, ווען דערביי וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די חסידים תושבי ענגלאנד, איינוואוינער פון לאנדאן, מאנטשעסטער, און די שטעט ארום, צו קומען מיטהאלטן די צוויי שבתים בצל הקודש.
זינטאג דברים וועט די רבי פארזעצן מיט די נסיעה קיין עסטרייך ווי די רבי וועט וויילן אין לויף פון צוויי וואכן למנוחת הנפש. זייענדיג אין עסטרייך וועט די רבי שליט''א ארויספארן אין די ניין טעג צום שטאט בישטינא אין אוקריינע מקום מנוחת קדשו פון זקינו הרה''ק רבי מרדכי'לע מנאדווערנע זי''ע וואס איז באקאנט אלס א מקום מסוגל לישועות בפרט אין די ניין טעג, ווי אויך וועט די רבי מתפלל זיין ביי די קברי אבות אין קרעטשניף, סיגוט אין נאך מקומות הקדושים.
Comments