top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע באזוך פון האד' מבאבוב אין לינדען ניו דזשערזי צום חנוכת הבית פון נייעם באבובער שטיבל

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


חסידי באבוב תושבי לינדען האבן נעכטן זוכה געווען צו א גייסטרייכע באזוך פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א געהויבענע ביקור אין לינדען לרגל די חנוכת הבית פון די נייע באבובער שטיבל אין שטאט, ביהמ''ד 'בית ניסן' דקהל דברי שלמה. די רב איז אנגעקומען אין די נאכמיטאג שעות אין תיכף צוגעפארן צום נייעם שטיבל וואו עס זענען געווען אנוועזנד די עסקני הקהילה און קרואי מועד נדיבי עם וועלכע שטיין צו די האנט פון די קהילה אין מוסדות אין לינדען. די רב האט געקלאפט די מזוזות און דאן מכבד געווען חתנו הרה"צ ר' יחזקאל ליפשיץ צו קלפאן א מזוזה, און מעריך געווען א שולחן לחיים.


פון דארט איז די רב שליט"א צוגעפארן צום נייעם גרויסן בנין הקהילה אין שטאט, ביים אנקומען האבן אפגעווארט די ילדי החסידות תושבי העיר וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רב שליט"א מיט פאסיגע ניגוני שמחה, די רב איז אריינגעקומען אינעם גרויסן שטוב אינעם בנין און די גאנצע ציבור איז דורך געבן שלום, דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים וואו די רב האט משמיע געוועהן דברות קודש אין ארומגערעט בשבחו פונעם נייעם בליענדע ישוב און די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק איבער די איידלקייט פון די אינגעלייט און די קביעת עתים לתורה און שטארק מחזק געווען די אינגעלייט תושבי העיר, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דערנאך איז די גאנצע ציבור אדורך געבן לחיים אזוי אויך זענען אלע ילדי החמד דורך ווי די רב האט פארטיילט לקח פאר די קינדער.



























































Kommentare


bottom of page