דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן דינסטאג אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א אנגעקומען אויף א געהויבענע באזוך בהיכל ישיבתו הק' ישיבה לצעירים מבצר התורה קרעטשניף, צוערשט האט דער רבי געדאווענט שחרית מיט די תלמידי הישיבה, און נאכן דאווענען אפגעראכטן א שולחן לחיים ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון, דערנאך זענען אלע בחורים מיט די צוות הישיבה אריבער ביים רבין ווי דער רבי האט יעדן עקסטער געוואונטשן בברכת השנים, דערנאך איז געוועהן זמני כניסה בחדרו הפרטי פונעם רבי'ן שליט"א אין ישיבה פאר די חסידים תושבי העיר לקראת די ימים הנוראים.
Comments