top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג באזוכט ביי האד' מוויען נאכן אויפטרעטן אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען

  • לפני 18 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף דורכאויס די זומער אין מחנה תולעת יעקב אין די קעטסקילס, איז דעם מיטוואך אנגעקומען אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שאלדעריק, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת התעוררות הכנה לימי רחמים ורצון פאר די תלמידים פון די וויענער ישיבה. שפעטער האט דער רבי איבערגעגעבן א באזונדערע שמועס פאר די תלמידי ישיבה גבוהה ד'וויען בעניני שידוכים.


זייענדיג דארט אין קעמפ, האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואו ס'איז אנטשטאנען א שיינע שמועס מעניני דיומא, און די אדמור"ים שליט"א האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו בברכת השנים.



תגובות


bottom of page