שמחת הברית פון נכד האד' מבאבוב פארגעקומען אין מחנה כרם שלמה ד'באבוב אין סאוט פאלסבורג
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער
דעם מיטוואך אינדערפרי איז כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען צום מחנה כרם שלמה אין סאוט פאלסבורג, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל ביים רב שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א אבד"ק בית ישראל סידערהויסט זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאפא ירושלים שליט"א.
דער רב שליט"א איז שוין אנגעקומען צו תפילת שחרית אינעם קעמפ, וואו עס האבן מיטגעדאוונט די תלמידי הישיבה און פילע חסידים פון די ארומיגע קאנטרי'ס.
נאך'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית, וואו דער רב שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דער זיידע אבד"ק בית ישראל שליט"א איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א האט געהאט דעם כיבוד פון ברכות וקריאת השם. ויקרא שמו בישראל "יוסף מאיר", נאכן זיידן הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת הברית, ביי וועלכן דער רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש פאר די בחורי הישיבה בעניני חיזוק לימוד התורה, און דערציילט שיינע ענינים און עובדות פונעם הייליגן אמרי יוסף זי"ע וואס דער רך הנימול טראגט זיין הייליגן נאמען, ובפרט איבער דעם קשר עליון פונעם אמרי יוסף קיין צאנז. נאכן סעודה האט דער רב שליט"א מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א מיט ברכת המזון.






























תגובות