top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי בארא פארק ביים קבלת פנים לכבודו פון האד' מרחמיסטריווקא | רייכע דעקונג

מיטוואך פ' במדבר - כ"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות

קרעדיט: BP 24


ברגשי קודש האבן טויזנטער תושבי בארא פארק אין חסידי רחמיסטריווקא נעכטן מיטוואך מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך קיין ניו יארק.


פארנאכטס איז די רבי שליט''א אנגעקומען קיין בארא פארק אין צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון הרה''ג רבי דניאל גראס, שפעטער באזוכט בהיכל קדשו פונעם פעטער כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א ווי מען האט פארברעגנט א שטיק צייט אין די רבי האט מרעיף געוועהן טללי תחיה אין ברכות לרוב פארן פעטער די רחמיסטריווקא רבי שליט''א, דערנאך האט די רבי באזוכט ביי די מומע הרבנית הצדקנית מרחמיסטריווקא.


אינצווישן איז דער גרויסער רחמיסטריווקא ביהמ''ד געוואָרן איבערגעפולט פון דעם ריזיגן ציבור, זקנים עם נערים, אברכים ובעלי בתים, בחורי חמד וילדי תשב"ר, ווען אויף דער אויבן-אָן זענען אויסגעשוהרט די קינדער פון כ''ק האדמו''ר מרחמיסטירווקא שליט''א באזודער האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינס שוואגער הגה''צ רבי יהושע מנחם שטערן אב''ד רחמיסטירווקא בני ברק אין הרה''צ רבי מרדכי טווערסקי בן האד' מטשערנאביל וחתן האד' מרחמיסטריווקא וועלכע זענען די טעג צוגאסט אין ניו יארק.


ווי נאָר דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד, האָט דער גאַנצער ציבור ספּאָנטאַן זיך אַרויסגעלאָזט אין פייערדיגע ריקודין אויף דער ניגון 'אשרי העם שככה לו', די רבי האט זיך אוועק געזעצט אויפן אויבן אן אין מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט הרה''צ רבי דוד משה טווערסקי בנו הגדול פון האד' מרחמיסטריווקא פארבעטן דעם רבין שליט''א משמיע צו זיין מדברות קדשו, דער רבי שליט"א האָט זיך אויפגעשטעלט אין געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור אין דאן ארומגערעט כהכנה צו קבלת תורה, דברי חיזוק וועגן תפילה בכוונה אין ברכת הנהנין בכוונה אין נאך ענינים שונים, אין מאריך געוועהן מפי ספרים וסופרים איבער עניני רפואה וואס זענען מרומז בעניני דיומא פון חודש אייר אין קבלת התורה אין מסיים געוועהן מיט ווארימע ברכות לאריכת ימים וחיזוק הכוחות פונעם מנהיג העדה די פעטער די רבי שליט''א. דערנאך האט מען געזינגען אבינו מלכינו פתח שערי שערי שמים לתפילתנו - שלח רפואה שלימה לחולי עמך.


נאָכ'ן מעמד איז דער גאַנצער ציבור פאַריבער שלום נעמען פון רבי'ן שליט"א וואָס האָט זיך פאַרצויגן א לענגערע צייט.

bottom of page