top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחודש הרפואה: הרבנית הצדיקת והישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אהיים נאך לענגערע חדשים זיין אין שפיטאל און ריהעב

  • 22 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ביי חסידי ראחמיסטריווקא ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד די לאנג ערווארטעטע אהיימקער פונעם אמה של מלכות, הרבנית הצדיקת והישישה מראחמיסטריווקא תליט"א, וואס איז ב"ה די היינטיגע וואך, בחודש הרפואה, ערלויבט געווארן אהיימצוגיין אין איר היים אין בארא פארק, און זיך ווייטער ערהוילן פון איר שווערן געזונטהייט צושטאנד וואס גייט ב"ה צו בעסערונג.


דאס קומט נאך לענגערע חדשים וואס די רביצין איז געווארן שפיטאליזירט, און דערנאך זיך ווייטער אויפגעהאלטן אין א ריהעב צענטער נעבן לעיקוואד, וואו די רביצין איז צוביסלעך געקומען צו די כוחות און באהאנדלט געווארן מיט אירע געזונטהייט קאמפליקאציעס.


במשך די גאנצע צייט איז בנה הגדול כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א כסדר געשטאנען לימינה מיט אלע עניני רפואה, און פארלייגט גרויסע כוחות אז ווי נאר דער מצב ערלויבט אהיימצוגיין, זאל דאס גלייך פאסירן אין די ערשטע געלעגנהייט.


אצינד ווען דער מצב איז ב"ה געגאנגען צו א לייכטע בעסערונג, און ס'איז געווארן א מעגליכקייט צו סערווירן די אלע מעדיצינישע געברויכן אויך אין שטוב, איז אראנדזשירט געווארן די פארצווייגטע אפעראציע אהיימצוברענגען די רביצין, ווען זי איז די היינטיגע וואך ב"ה אנגעקומען צוריק אהיים, לשמחת לבם פון חסידי ראחמיסטריווקא, וועלכע זענען ווייטער מתפלל לרפואתה השלימה, הרבנית מרים בת טראני.


די רביצין האלט זיך אויף אין איר דירה, אינעם סאפיסטיקירטן שפיטאל-צימער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן פאר בעלה הגדול, הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, וואו ער איז באהאנדלט געווארן די לעצטע יאר ביז'ן הסתלקות, און אצינד דינט דער צימער פאר מחברתו הטהורה די רביצין תליט"א לרפואה שלימה.


תגובות


bottom of page