top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע הקודש "בוני המלוכה" פון האד' מסאטמאר צו די קברי אבות אין אייראפע; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס

  • 19 במאי
  • זמן קריאה 5 דקות

מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מאנטאג פ' נשא א' פארמיטאג ב' סיון | בחצרות הקודש

ביים אראפשטייגן פונעם פליגער אינעם סטוארט לופטפעלד.

מאנטאג פ' נשא א' פארמיטאג ב' סיון | בחצרות הקודש

תפילת מנחה אויפן פליגער אהיים.

מאנטאג פ' נשא א' פארמיטאג ב' סיון | בחצרות הקודש

ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן דברי יחזקאל זי''ע אין שטאט שינאווא.

מאנטאג פ' נשא א' פארמיטאג ב' סיון | בחצרות הקודש

ביים אנקומען לביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג נאך די דערהויבענע נסיעה.

מאנטאג פ' נשא א' פארמיטאג ב' סיון | בחצרות הקודש

דער רבי שליט"א ביים ארויסקומען פונעם טערמינאל אין די סטוארט לופטפעלד

זונטאג פ' נשא א' פארמיטאג א' סיון | בחצרות הקודש

ותחזירנו לשלום: ביים אנקומען אין די סטוארט לופטפעלד אנגעפילט מיט ישועות און השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.

זונטאג פ' נשא א' פארמיטאג א' סיון | בחצרות הקודש

בדחנא דמלכא ר' נחמן ליווי הי"ו ביים אונטערהאלטן דעם ציבור אויפן פליגער אהיים קיין ניו יארק.

זונטאג פ' נשא א' פארמיטאג א' סיון | בחצרות הקודש

ביים פוקד זיין די ציונים הק' אויפן איר אלטן בית החיים אין שטאט קראקא.

זונטאג פ' נשא א' פארמיטאג א' סיון | בחצרות הקודש

ביים ציון הק' אין אתרא קדישא ליזענסק.

זונטאג פ' נשא א' פארמיטאג א' סיון | בחצרות הקודש

ערשטע בילדער פונעם פראטכפולע מעמד 'עיר מלוכה' אינאיינעם מיט די סעודת מצוה לגומרה של תורה אויף די ספר תורה וואס איז אריינגעגעגעבן געווארן דעם שבת קודש דורך די "בוני המלוכה" פון די קהילה אין אין קרית יואל.

זונטאג פ' נשא א' פארמיטאג א' סיון | בחצרות הקודש

ביים ציון הק' אין אתרא קדישא ליזענסק.

מוצאי שבת פ' במדבר כ"ט אייר | בחצרות הקודש

ערשטע בילדער פון ערב און מוצאי שבת אין קראקא.

מוצאי שבת פ' במדבר כ"ט אייר | בחצרות הקודש ריקודי קודש לרגל די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם שבת דורך די חברי הקהילה אין קרית יואל.

מוצאי שבת פ' במדבר כ"ט אייר | בחצרות הקודש דברי אלוקים חיים בעידן רעוא דרעוין נאכן זמן רבינו תם.

פרייטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש

פרייטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש לקראת שבת לכו ונלכה.

פרייטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש

לעצטע צוגרייטונגען ביים "היכל התפילה" אינעם האטעל אין קראקא.

פרייטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש

הגה"צ רבי אריה ראזנעפעלד שליט"א דומ״ץ סאטמאר קרית יואל וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ביים ארומגיין משגיח זיין אויפ׳ן כשרות העירוב והמחיצות פונעם גיגאנטישן ״דאבל טרי״ האטעל אין קראקא אין באגלייטונג פון העסקן הנמרץ מוה״ר חיים וויינבערגער הי״ו, מראשי העסקנים ד"ק סאטמאר קרית יואל.

פרייטאג פ' במדבר פארמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש

דער רבי שליט"א אין די פמליה ביים אנקומען אין שטאט צאנז, ווערנדיג אויפגענומען דורך הגה"צ רבי יואל הלברשטאם שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל קרית יואל וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם הכנסת אורחים "בוני צאנז".

פרייטאג פ' במדבר פארמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש

ביים מסיבת לחיים לפני העלי' לציון אין שטאט צאנז.

פרייטאג פ' במדבר פארמיטאג כ"ח אייר | בחצרות הקודש

עלי' לציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע אין שטאט צאנז.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

די רבי שליט"א ווערט געזען ארויסגיין פון אהל הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, מיט'ן היסטארישער הייליגער שטעקן פונעם ישמח משה זי"ע, וואס דער צדיק האט אייביג געהאלטן גרייט נעבן זיך צו קענען גיין קעגן גואל צדק, צו וועמען ער האט כל ימיו משתוקק געווען מיט אן אויסטערלישע אמונה צו די גאולה שלימה.

דערנעבן ווערט געזען הגה"צ אב"ד לאפוש שליט"א, וועלכער מיטגעברענגט דעם שטעקן צו די היסטארישע נסיעה, וואס ער האט בירושה מבית אבותיו הק'.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

די רבי שליט"א ביי תפילת מעריב אינעם הכנסת אורחים שע"י הציון הק' אין איהעל.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

נארהאפטיגע נאכטמאל צוגעשטעלט פאר אלע משתתפי הנסיעה אין עיר האבות איהעל.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

נאך פונעם עלי' לציון הק' אין איהעל.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

ביי די יהי רצון נאך אמירת תהילים אינעם אהל הק' אין איהעל.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

די הארצרייסנדע דברי התעוררות ביים ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע אין אוהעל באגלייט מיט יאמערליכע בכיות זייענדיג מעורר רחמי שמים מרובים פארן כלל און דעם פרט ברוחניות ובגשמיות.

דאנערשטאג פ' במדבר נאכמיטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש הרב אבא גרינבוים הי"ו פון רבי ישעילע'ס הויז אין קערעסטיר בקודש פנימה און דעם רבינס פריוואטע אכסני' און שטאט אוהעל ביים איבערגעבן די פריש געבאקענע גרויסע חלות און אנדערע מאכלי שבת וואס איז געבאקן געווארן אין רבי ישעילע'ס קאך לכבוד די גרויסער שבת בוני המלוכה.

דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

תפילת מנחה אינעם היסטארישן בית הכנסת אין שטאט סאטמאר, וואו הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט משמש געווען ברבנות פארן קריג.


דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

ביים מעמד תפילת רבים אינעם הק' אין שטאט סיגעט.


דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

ביים מסיבת לחיים לפני עלי' לציון אינעם היסטארישן שול הויף אין סיגעט מקום שהתפללו אבותיו, וואו די הייליגע צדיקים עצי התמרים האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה לאנגע יארן.



דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

דער רבי שליט"א ביים אראפשטייגן דעם פריוואטן טשארטער פליגער אינעם לופטפעלד אין שטאט סאטמאר.


דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש


דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

אנקומענדיג אינעם לופטפעלד אין שטאט סאטמאר אין ראמעניע.


דאנערשטאג פ' במדבר בייטאג כ"ז אייר | בחצרות הקודש

תפילת שחרית און קריאת התורה אויפן טשארטער פליגער


מיטוואך פ' במדבר ביינאכט כ"ו אייר | בחצרות הקודש דער רבי שליט"א ביים ציילן ספירה נאך תפילת ערבית אויפן פליגער.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש דער רבי שליט"א ביים פארברענגען מיט די משתתפי הנסיעה קורצליך נאך וואס דער פליגער האט זיך געהויבן אין א גוטע שעה אויפ'ן וועג קיין ראמעניע.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש העסקן הרב אייזיק דאסקאל הי"ו ביים איבערגעבן די כסדר'דיגע אפדעיטס פונעם פליגער, אויף די בארימטער "מערכת סאטמאר" טעלעפאן ליניע.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש דער רבי שליט"א ביים אויפשטייגן דעם פליגער אין די סטוארט לופטפעלד.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש דער שוהל הויף אינעם עיר האבות סיגעט אין ראמעניע גרייט צו אנטפאנגען דעם פמליה הנכבדה.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש

דער רבי שליט"א באדאנקט זיך פאר העסקן ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו און די TSA אגענטן, איידערן אויפשטייגן אויפן פליגער אין די סטוארט לופטפעלד.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש די ספעציעל-אפגעדינגענע טשארטער פליגער שטייט גרייט אין סטוארט לופטפעלד.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש די טאוולען אינעם עירפארט אין סאטמאר - ראמעניע - די ערשטע סטאנציע פונעם נסיעה.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש

דער רבי שליט''א ביי א קביעת מזוזה און די אפיסעס פון הנגיד ר׳ חנני שמילאוויטש ני״ו מנאמני ביתו, און די געגנט פון סטוארט עירפאט.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש ערשטע בילדער פון די מעמדי פרידה אין קרית יואל היינטיגן מיטוואך.


מיטוואך פ' במדבר נאכמיטאג כ"ו אייר | בחצרות הקודש


תגובות


bottom of page