פטירת הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס
- 2 ביוני
- זמן קריאה 6 דקות
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש




7:00 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
יעצט נאך סתימת הגולל ביי די מסע הלוויה פון הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאנט האבן די קינדער האדמור"ים לבית ראחמיסטריווקא, געזאגט די ברכה פון דיין האמת און געריסן קריעה כדת וכהלכה. יעצט נאך קדיש זענען די חסידים אויסגעשורה'ט אויף ביידע זייטן און זענען מנחם די אבלים.

5:30 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
ביים לוויה פארנט פון ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל לעין, האט הרה"ג ר' יהושע העשיל הערשבערג שליט"א ר"מ בישיבת נועם אלימלך ליזענסק ומרבני הקהילה פארגעזאגט קל מלא רחמים, און דערנאך האט מען ווייטער באגלייט די ארון דורך די גאסן פון בלאוועלט און סעדל ריווער ביז די רוט 59 וואו בעסעס פירן דעם ציבור צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט.
בראש המלווים ביי די לוויה אין מאנסי האבן זיך אנגעזעהן די ברודער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דער פלומעניק כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.






ביים לוויה פארט פון ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף האופעל לעין אין מאנסי.








5:00 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
פריער האט מען ארויסגעפירט די מיטה מביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א ובניו, אינאיינעם מיט די קינדער האדמור"ים מראחמיסטריווקא און די איידימער האדמור"ים מוויזניץ קייאמישע און בארניב האבן באגלייט די מיטה צום רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וואו עס זענען געווען פארזאמלט טויזנטער חסידים, אנשים, נשים, וטף. הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא האט פארגעזאגט קל מלא רחמים און אצינד באגלייט מען די מיטה ארויף די וואשינגטאן גאס ביז צום אריינגאנג פון שטעטל. פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי צום לוויה ביים ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל לעין.











4:05 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש אין די יעצטיגע מינוטן איז די ארון אנגעקומען קיין שיכון סקווירא לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואו דער רבי וועט זיך געזעגענען בעפאר די מסע הלוויה ברחובות שיכון סקווירא.
3:40 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש אין די צייט וואס עס ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אין שיכון סקווירא צו די גרויסע לוויה פון הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא ע"ה ברתא דמלכא פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, זענען די ברידער הרבנים הגאוה"צ בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א געזעצן אויף אן אסיפה מיט הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, דורכצוטוהן אלע הלכה'דיגע שאלות אמבאלאנגט די בעפארשטייענדע חתונה פון אן אור אייניל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס קומט פאר די קומענדיגע מיטוואך בעיצימו פון די ימי השבעה.
דער דיין שליט"א האט אויסגעשמועסט מיטן רבינס קינדער די אלע צדדי ההלכה וואס איז נוגע דעם רבי'ן, און די דיני אבלות פאר א זיידע ביי א חתונה פון אן אייניקל, די פונקטליכע סדרי החתונה און די שינויים צוליב די שבעה וועלן געמאלדן ווערן שפעטער אין טאג.
גלייכצייטיג איז ארויסגעשטעלט געווארן די זמני ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס וועט זיצן שבעה אין אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ביזן סיום השבעה קומענדיגן זונטאג שלח אינדערפרי.
היינט מאנטאג פארנאכטס נאך די לוויה אין מאנסי וועט זיך דער רבי צוריקקערן קיין שיכון סקווירא און מקבל זיין אבילות אינאיינעם מיט די ברידער האדמור"ים מראחמיסטריווקא שליט"א, ביז ארום 10:30 אויפדערנאכט.
דינסטאג וועט די רבי זיצן שבעה פון 12:30 ביז 2:00 נאכמיטאג און ביינאכט פון 9:00 ביז 11:00, מיטוואך ביום החופה וועט די רבי זיצן שבעה נאכן חופה פאר בלויז א האלבע שעה.
דאנערשטאג נאכמיטאג פון 12:30 ביז 2:00 און ביינאכט פון 8:30 ביז 11:00, מוצאי שבת פון 11:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט.

דרכי בארא פארק אבילות
2:20 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
יעצט ביים לוויה פארנט פון גרויסן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד האט זיך א ריזן ציבור פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן חשובן נפטרת אשת חבר כחבר. עס זענען נישט אפגעהאלטן געווארן קיין הספדים כמנהג המקום און נאך וואס דער משב"ק בבית ראחמיסטריווקא הרב יהושע חיים קאסטן האט פארגעזאגט די קל מלא רחמים האט מען אנגעהויבן באגלייטן די ארון אראפ די 45'סטע גאס ביז ניו יוטרעקט, און דערנאך אויף די עלפטע עוועניו ביז די 50'סטע גאס, פון וואו דער מיטה איז אפגעפארן אויפן וועג קיין שיכון סקווירא.
בראש המלווים זעהן זיך אן האדמו"ר מבאבוב 45, האחים האדמור"ים מוויזניץ פון וויליאמסבורג, ירושלים, און בארא פארק, האחים האדמור"ים מטשערנאביל און לויעוו טשערנאביל, גאב"ד טענקא, אבד"ק באבוב 45 און נאך.











1:55 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
די מיטה איז יעצט אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אויף די 45'סטע גאס, צווישן די טויזנטער מלווים זעהן זיך אן האדמור"ים מבאבוב 45, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, סקווירא מב"פ און נאך רבנים קרובי המשפחה.
ביים עזרת נשים באטייליגן זיך די תלמידות פון די ראחמיסטריווקא מיידל שולע בית שפרה, די תלמידות פון די סקווירא מיידל שולע בית ציפורה, און די תלמידות פון די וויזניצער מיידל שולע בנות מרגליא.
מאנטאג בהעלותך נאכמיטאג • בחצרות הקודש
צוגרייטונגען צום קבורה אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאנט, ביים חלקת מחוקק ספון פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.



מאנטאג בהעלותך נאכמיטאג • בחצרות הקודש
די גאסן ארום ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא וועלן זיין אפגעשפארט במשך די גאנצע לוויה, די מענער וועלן שטיין אויף די גאס און די פרויען אויף די סיידוואלק קעגן איבער דעם ביהמ"ד. כניסת רבנים פון 12'טע עוועניו דער זייט פון ביהמ"ד. נאך קל מלא רחמים וועט מען באגלייטן די מיטה צופיסנס אויף ניוטריקט, און פון דארט ביז די עלפטע עוועניו און די פופציגסטע סטריט.
בשעה 2:45 וועלן ארויספארן באסעס פארנט פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק קיין מאנסי, וואו די מסע הלוויה וועט ארויסגיין פארנט פון ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל לעין אין מאנסי, בשעה 4:45.
פון דארט וועט מען באגלייטן די מיטה דורך די גאסן פון בלאוועלט, וועסט מעיפל, סעדל ריווער, ביז צום בארניבער ביהמ"ד, בנשיאות חתנה כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, פון דארט וועט זיין צוגעשטעלט באסעס צום מעמד הקבורה אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאונט.
1:00 | מאנטאג בהעלותך נאכמיטאג • בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע מינוטן איז די מיטה אנגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטירווקא זצ"ל, וואו עס זענען פארזאמלט די בני המשפחה און געזעגענען זיך פונעם אם הבנים שמחה. פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן צום מסע הלוויה ביים גרויסן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד.
12:45 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
אין די פריערדיגע מינוטן נאך וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט פארענדיגט דאווענען, האט דעם רבינס בן זקונים הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א וואס איז אן אייניקל פונעם ראחמיסטריווקא רעבעצין ע"ה מבשר געווען די בשורה לא טובה איבער די פטירה פון די שוועסטער.
דער רבי האט געדאווענט שחרית פריער ווי געווענליך בביתו נאווה קודש, הערנדיג איבער די שווערע מצב הבריאות. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים און נאכן דאווענען האט דער רבי טועם געווען און געפראוועט די בעלי השמחה.
ווען דעם רבינס זון הרב חיים מאיר האט איבערגעגעבן די נייעס האט דער רבי אויסגעטון די שטריימל מיט וואס דער רבי איז געווען אנגעטון שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה נאך די חתונה פון א אייניקל.
ווי באריכטעט וועט די מיטה אנקומען קיין שיכון סקווירא נאך די לוויה אין בארא פארק, ארום 4:00 נאכמיטאג, צוערשט וועט זיך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א געזעגענען פון זיין שוועסטער די נפטרת אין די הצלה גאראדזש אויף די רעיגען גאס.
פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן צום רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא. בפקודת הקודש וועלן זיך אלע חסידים, תושבי שיכון סקווירא, אברכי הכוללים, און תלמידי המוסדות די ילדי הת"ת, תלמידי הישיבות באטייליגן ביים לוויה אין שיכון סקווירא און באגלייטן למנוחות די הויכגעשעצטע רעבעצין ע"ה וואס איז געווען פון די ערשטע תושבים אין סקווירא שטעטל.
די לוויה וועט דורכגיין די וואשינגטאן גאס ביז צום אריינגאנג פון שטעטל, און פון דארט וועט די מיטה פארן קיין מאנסי.

12:35 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
די הכנות צום לוויה ביים ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.



11:45 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע מינוטן איז די מיטה אנגעקומען קיין בארא פארק וואו די חברא קדישא דק"ק ראחמיסטריווקא וועט דורכפירן די טהרה, שפעטער וועט די מיטה געפירט ווערן לביתו נאווה קודש פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל אויף די 45'סטע גאס, וואו די בני המשפחה וועלן זיך געזעגענען.
הויכהילכערס אויף די גאסן פון בארא פארק רופן אויס איבער די מסע הלוויה.
מאנטאג פ' בהעלותך
סדרי וזמני הלוויה: די מסע הלוויה וועט זיך אנהייבן בשעה 1:30 נאכמיטאג ביים ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אויף די 45'סטע גאס אין בארא פארק, שפעטער אום 4:00 נאכמיטאג וועט די מיטה אנקומען קיין שיכון סקווירא וואו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט באגלייטן זיין לעצט פארבליבענע שוועסטער די רעבעצין ע''ה למנוחות, אין שפיץ פון טויזנטער חסידים און תושבי שיכון סקווירא. פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי וואו עס וועט פארקומען די לוויה בשעה 4:45 ביים ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל בנשיאות בנה האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, און פון דארט וועט מען באגלייטן די חשובע נפטרת לקבורה צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט וואו עס מקום מנוחתו פון בעלה הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל בעל אמרות טהורות.
9:15 | מאנטאג בהעלותך • בחצרות הקודש
יעצט קורצליך נאך די פטירה האבן זיך די קינדער האדמור"ים שליט"א אין שפיץ פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געזעצט אויף אן אסיפה אין די מאונט סיני שפיטאל וואו מען וועט איבערשמועסן די פרטי וזמני הלוויה וואס וועט לויט די יעצטיגער פלענער פארקוקמען אין די נאכמיטאג שעהן אין בארא פארק און דערנאך אין שיכון סקווירא אויפן וועג לקבורה צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט.





תגובות