ק"ק קהל חסידי ירושלים אפגעהאלטן גרויסן מעמד "ואטהר ואתקדש" קעגן פגעי הטעכנאלאגיע
- לפני 53 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א גאר ערנסטע שטימונג איז דעם מיטוואך נאכט ביום המסוגל ערב ראש חודש סיון מוקדם אפגעהאלטן געווארן דער גרויסארטיגער מעמד כינוס כללי "ואטהר ואתקדש", פאר עדת חסידי "קהל חסידי ירושלים" פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, וועלכע האבן זיך פארזאמלט על פי קריאתו פון כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מיט איין ציל זיך צו שטארקן אין די תקנות הקהילה און זיך האלטן אפגעזונדערט פון די שעדליכע טעכנאלאגישע כלים וואס מאכן ליידער אן שרעקליכע חורבנות בבתי בני ישראל.
די אסיפה איז פארגעקומען אין די "השמים פתוחים" זאל אין שטאט לוד וועלכע איז געווען אויסגעשטאט צו אקאמאדירן די שווערע הונדערטער חסידים וואס זענען געקומען צו הערן דבר ה' און באקומען א קלארן בליק אויף די ביטערע נסיונות הדור פון די פגעי הטעכנאלאגיע וואס בוזעוועט אן אויפהער, דעם הויפט ציל פונעם מעמד איז געווען דער מעמד חלוקת תעודות כאות הוקרה והערכה פאר אלע חשובע אברכים וועלכע זענען גודרים גדר ועומדים בפרץ און האלטן זיך מיט א שטארטקייט צו די תקנות פון "ועד לקדשנו" פון די קהילה, יעדער איינער לפום דרגה דיליה.
ביים אנהויב פונעם מעמד האט געהערשט א מורא'דיגע התעוררות ווען דער רבי שליט''א האט אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור געזאגט מיט גרויס כוונה די הייליגע תפילת השל"ה, זיך אויסבעטן ערליכע דורות און קדושת הבית. בשעת מעשה האט מען איבערגעגעגעבן פארן רבי'ן קוויטלעך פון די חשובע תומכים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים לטובת דער וועד הטעכנאלאגיע מיט אירע פעולות לטובה אין דעם הייליגן מערכה, דערנאך האט מען געזינגען מיט אן דעם ניגון "יהא רעווא קדמך"בהתעוררות רב, וואו דער רבי האט ספעציעל געהייסן צולייגן די ווערטער "ותיהב לי בנין דִכרין דעבדין רעותך".
אלס אורח הכבוד האט מען זוכה געווען צו הערן דברים חוצבים פונעם מלהיב לבבות ישראל כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט בשבח פון ק"ק קהל חסידי ירושלים, וואו הונדערטער יונגעלייט האלטן זיך הייליג און ריין פון אלע נסיונות און כלים טמאים. דער סקולענער רבי האט ארויסגעהויבן דעם געוואלדיגן קידוש השם באטאנענדיג דעם מספר כמנין "חורי"ן" - 274 יונגעלייט וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין דער העכסטער מדריגה פון נישט האבן קיין שייכות אפילו מיט אימעיל, און האט מחזק געווען דעם ציבור צו גיין מחיל אל חיל אין דעם ענין פון סור מרע ועשה טוב.
דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש פונעם פום ממלל רברבן דעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט מיט אש קודש ארויסגעברענגט א שבח והודאה אז די קהילה איז ברוך השם אפגעהיטן כמטחווי קשת פון די כלים המשחיתים, און אין דער זעלבער צייט מעורר געווען איבער דעם חיוב התפילה אויף להבא אז מ'זאל געראטעוועט ווערן פון די נסיונות המתחדשים עליו בכל יום.
צום שלוס פונעם געהויבענעם מעמד איז פארגעקומען די חלוקת תעודות, וואו אלע אברכים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין די קבלות טובות זענען דורך באקומען די תעודות באגלייט מיט ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. דער מעמד האט איבערגעלאזט א שטארקן אפקלאנג און אן אומבארשרייבליכן רושם ביים גאנצן ציבור, ווען אידישע קינדער האבן ארויסגעוויזן אז זיי ווילן זיך האלטן הייליג און אפגעהיטן להטהר ולהתקדש בקדושתך העליונה.
























