הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א בן האד' מגור באזוכט בבתי גדולי ישראל אינאיינעם מיט יתומים פון "הבן יקיר"
- לפני 54 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות העעל"ט, בשעת כלל ישראל האט זיך געגרייט צו קבלת התורה איז הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו" מגור שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון די "הבן יקיר" ארגאניזאציע, ארויסצוהעלפן און באגלייטן פערזענליך די יתומים פון די קהילה, ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל אינאיינעם מיט די קינדער און בחורים די יתומים, לרגל די בעפארשטייענדע חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען די יתומים אליין וועלן אריינפירן א מהודר'דיגן ספר תורה לעילוי נשמת זייערע טייערע עלטערן עליהם השלום. דער ספר תורה וועט אריינגעשטעלט ווערן אינעם פראכטפולן היים פונעם ארגאניזאציע "הבן יקיר" אין שטאט אשדוד.
די הכנות צום גרויסן מעמד האבן אריינגענומען א באגייסטערנדע נסיעה, ווען די יתומים זענען ארומגעגאנגען לבתי גדולי ישראל ומאורי הדור פון אלע שיכטן און קרייזן, אינאיינעם מיט מורה דרכם הרה"צ רבי שלמה צבי שליט"א, און זיי מכבד געווען אריינצושרייבן די אותיות אינעם ספר תורה.
אינצווישן אנדערע איז מען ארויף צום פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, האדמור"ים מראחמיסטריווקא, דושינסקיא, נדבורנא, סאדיגורא, מודזיץ און אלכסנדר; ביים ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, ביים געוועזענער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו שליט"א, המשגיח הגאון רבי בנימין פינקל שליט"א, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, הגאון רבי יעקב מאיר שטערן רב שכונת קהילות יעקב בבני ברק און ביי הגאון חכם ניסים בן שמעון שליט"א.
די גדולי ישראל האבן דערביי אריינגעבלאזן הויפענעס חיזוק אין די טייערע יתומים צו גיין ווייטער אין די וועגן וואס זייערע עלטערן האבן זיי איבערגעלאזט, און ספעציעל אנגעוואונטשן הרה"צ רבי שלמה צבי שליט"א וואס באגלייט די יתומים אויף טריט און שריט בגשמיות וברוחניות.
















































