top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה בשמחה: פייערליכע שבת עלי' לתורה בחצר סקולען וויליאמסבורג קאמבינירט מיט חנוכת הבית צום ביהמ"ד החדש

דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, מב"ד, JDN

 

א יום שבתון אין לשכוח איז פאראיבער בחצר הקודש סקולען אין וויליאמסבורג, ביי די געהויבענע שבת עלי' לתורה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט גלייכצייטיג געדינט אלס שבת חנוכת הבית, ווען דער ביהמ"ד החדש אויף סענדפארד סטריט איז נתחנך געווארן ברוב פאר והדר.


דער שבת עילאה איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הונדערטער חסידים ומעריצים וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצולעבן די עידן חדוותא במעונו פונעם רבי'ן, וועלכער האט מעריך געווען די תפילות און טישן אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, והנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, ווען לרגל די שמחה זענען געקומען צו פארן דעם רבי'נס ברידער, כ"ק האדמורי"ם מסקולען מאנסי און סקולען לעיקוואוד, וועלכע האבן מיטגעהאלטן במשך דעם גאנצן שבת בצלו פון אחיהם הגדול.


ערב שבת פארן דאווענען האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פארן חתן בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד און מכבד געווען די ברודערס צוזאמען אנצוטוען די שטריימל, דערנאך האט די רבי האט געמאכט די ברכה שהחיינו אויפן נייעם שטריימל און בעקעטישע וואס די רבי האט באנייעט לכבוד דעם שבת.


מנחה בפניא דמעלי שבתא איז נתכבד געווארן דער מחותן אבי הכלה הרה"צ ר' יואל ארי' שטערן שליט"א, און דערנאך האט אן אצילות'דיגע שטילקייט באהערשט דעם בית חדש וקדוש ווען דער רבי שליט"א איז ארויף אויפ'ן ארון הקודש און משמיע געווען "דברי פתיחה" צו די התרגשות'דיגע געשעעניש פון פתיחת שערי ביהמ"ד, ארויסברענגענדיג א שבח והודאה להשי"ת שהגיענו לזמן הזה, און באדאנקט פאר די אידן וואס האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש די לעצטע צוויי חדשים צו אהערשטעלן דעם נייעם ביהמ"ד כליל בהדרו און געוואונטשן ברכות לרוב, און דאן א ברכה מיוחדת פאר אלע אידן וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין  אין די גרויסע שמחות.


דער רבי האט ממשיך געווען מיט ווארעמע דברי התעוררות איבער נישט רעדן ביים דאווענען און אזוי ארום אוועקשטעלן תיכף פון אנהייב אז דער ביהמ"ד איז גענצליך אפגעהיטן בקדושת ביהמ"ד, און ווער עס האט א וויכטיגע זאך צו רעדן קען ארויסגיין אינדרויסן, ובזכות זה וועלן די תפילות נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.


קבלת שבת האט פארגעדאווענט בהתעוררות ונעימות כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, און דער ציבור איז אריבער וואונטשן גוט שבת. די סעודה פאר די בני המשפחה און געסט איז פארגעקומען אין זאל פון "גינת אסתר".


ארום 10 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום  טיש, ווען לידו פראווענען מיט די ברידער האדמורי"ם שליט"א. דער רבי שליט"א האט געמאכט קידוש און דערנאך האבן די ברידערס האדמורי"ם געמאכט קידוש.


ביי די פיש האט די רבי מכבד געווען דעם שוואגער הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א צו זאגן תורה. די ברידערס די רבי'ס האבן געוואונטשן לחיים צוזאמען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מאציל געווען לחיים לכל הקהל הקודש.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם ברידער האדמו"ר מסקולען מאנסי צו זאגן תורה, און האט בנועם שיח ארויסגעברענגט די גרויסע דאפעלטע שמחה און די זכי' פון די אידן וואס קומען זיך ווארעמען בצל הקודש פונעם ברודער דער רבי פון דאהי, וואס מען וועט ווייטער האבן די זכי' ביתר שאת ועוז אינעם נייעם ביהמ"ד צו חוסה זיין בצלו, דערמאנענדיג אז ביי אזא הייליגע שמחה קומען די אבות הק' אראפ, די הייליגע זיידעס צדיקי בית סקולען, ובתוכם דער הייליגער ברודער דער סקולענער רבי זצ"ל, וואס ביי די פאריגע שמחה במעונו פונעם רבי'ן פון וויליאמסבורג האט דער ברודער ז"ל געזאגט אז ער איז געקומען מיט מסירות נפש, און פאריאר ווען ער אליינס האט געפראוועט א שמחה, און ער האט געבעטן דעם ברודער דער רבי זצ"ל צו קומען מפאר זיין על ראש השמחה, האט ער אים געזאגט אז "איך בין דארטן", איז  כל שכן יעצט בעולם העליון ווען דער צדיק האט א שטערקערן כח איז ער זיכער דא און איז משפיע פאר אלע משתתפים.


די שטיקלעך ביי כל מקדש האט דער רבי פון לעיקוואד פארגעזינגען, און אלע אנדערע שטיקלעך און ניגונים האבן די רבי'ס פארגעזינגען צוזאמען. דער מחותן הרה"צ ר' יואל ארי' שטערן שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און דער טיש איז פארענדיגט געווארן שוין קרוב צו 3 אזייגער לפנות בוקר.


שבת צופרי האט מען באגלייט דעם חתן פונעם רבי'נס הויז, די רבי'ס זענען אריינגעקומען צו שחרית אום 10:00. שחרית האט פארגעדאוונט הגה"צ ר' פייביש מאסקאוויטש שליט"א משאץ פון בארא פארק.


דער רבי שליט"א האט עולה געווען צו שלישי, דער רבי פון מאנסי חמישי, שישי דער חתן, דער רבי פון לעיקוואד שביעי, און דערנאך זענען נתכבד געווארן מיט עליות די בעלי שמחה לרגל הולדת הבת און די בוני הבית, מפטיר דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א. מוסף האט פארגעדאווענט דער סקולענער רבי פון לעיקוואד.


נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא וואו עס האבן געשטראמט מאסן אידן פון אלע עקן פון שטאט וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א.


דער רבי שליט"א האט מפאר געווען אין שפיץ פון די סעודתא דעתיקא קדישא, וואו עס האבן מיטגעגעסן די בני המשפחה און פילע געסט, און ווי אויך די בחורי החסידות. עס האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס שוואגער האדמו"ר מסטרעליסק איבער די גרויסע דאפלטע שמחה וואס מ'האט די זכי' מיטצולעבן. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ רבי פייוויש מאסקאוויטש שליט"א משאץ פון בארא פארק.


שפעט נאכמיטאג זענען די רבי'ס ערשינען צו מנחה און שלש סעודות, ווען מ'האט זיך געוואשן ממש פאר'ן זמן עת כי פנה יום. ביי די תורה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם ברודער דער רבי פון לעיקוואד וועלכער האט ארויסגעברענגט אז ווער עס דרייט זיך דא אין דעם מקום קדוש ביים ברודער קען זיין פארזיכערט בעז"ה פאר זיך און די דורות אז מען וועט זיך האלטן ערליך לה' ולתורתו. 


מען האט געזינגען מערערע ניגונים לכבוד די שמחות, דער רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס און מ'האט פארענדיגט ארום צוויי-אהאלב שעה נאכ'ן זמן. דער רבי שליט"א האט געמאכט הבדלה ברוב עם און דער עולם און אריבער זאגן א גוטע וואך פאר די אדמורי"ם.


נאך הבדלה איז פארגעקומען א "חבורה" פאר די בחורי החסידות. דער רבי פון לעיקוואד האט משמיע געווען א שיחת חיזוק איבער די גרויסע זכי' וואס מען האט זיך צו דרייען ביים רבי'ן שליט"א און זיך מתחמם זיין לאורו.


שפעטער ארום צוועלף אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מלוה מלכה וואס האט זיך פארצויגן ביז נאך צוויי אזייגער, נאך מלוה מלכה האט דער רבי פערזענליך געלאדענט דעם עולם צום חתונה און דער עולם האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.































Comments


bottom of page