top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא ירושלים ארויסגעפארן מיט די חסידים צום מערת המכפלה אין טאג פונעם יום זכאי

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ״ק אדמו״ר מסאדיגורא ירושלים שליט״א איז דעם דאנערשטאג, אסרו חג פסח, ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו אויף א תפילה ביים מערת המכפלה אינעם עיר האבות חברון, מתפלל צו זיין לישועת הכלל והפרט לרגל דעם רבינס "יום זכאי“ — מיט דריי און פערציג יאר צוריק בשנת תשמ"ג, לאורך ימים ושנים טובות.


מען האט צוערשט זיך געשטעלט דאווענען מנחה, און דערנאך האט מען געזאגט עטליכע מזמורי תהלים און אויך פסוקים פון הלל.


נאך דעם האט דער רבי שליט״א אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד היום, און משמיע געווען אמרי קודש בגדול קדושת המקום ומעניני דיומא. מען האט געזינגען "כי אורך ימים" און נאך פריילאכע ניגונים.


שפעטער האט מען געדאווענט מעריב, און דער רבי שליט״א האט געציילט ספירת העומר, און דערנאך אנגעהויבן דעם זמר "ועל ידי זה יושפע שפע רב".


נאכדעם איז דער רבי שליט״א אדורך צווישן קברי האבות און מתפלל געווען א תפלה קצרה ביי יעדע פון די ציונים.


ביים ארויסגיין פון מערת המכפלה איז דער רבי שליט״א צוגעגאנגען צום קבר אבנר בן נר. פון דארט איז מען אריבער צו די זיבעטע טרעפל, וואו דער רבי שליט״א האט אנגעצונדן א ליכט לטובת נשמות האבות און פארגעזאגט שיר המעלות ממעמקים חזן און קהל.



תגובות


bottom of page