אלפי בחורי לעיקוואד פארזאמלט ביי אסיפה נחוצה אקעגן די פעי הטעכנאלאגיע
- 15 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפאנעם זונטאג איז פארגעקומען א דרינגענדע אסיפה פאר אלע בחורי הישיבות גדולות איבער גאנץ לעיקוואד, וואו שווערע הונדערטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן זיך צנויפגענומען מיט איין ציל זיך צו מחזק זיין קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע, און בפרט איבער דעם נייעם פירצה און שרעקליכע סכנה פון די AI סערוויסעס וואס זענען לעצטענס ערפונדן געווארן, וואס שטעלט מיט זיך פאר אן אומגעהויערע רוחניות'דיגע געפאר.
די דאזיגע פארזאמלונג איז געקומען אין נאכפאלג פון די אסיפה וואס איז נישט לאנג צוריק אפגעהאלטן געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות און רבני העיר, צו ברענגען א ריכטיגע אויפוואכונג איבער די נייע נסיונות פונעם דור, ביים אסיפה איז ארויסגעברענגט געווארן אז היות מען קען זיך היינט באנוצן מיט AI סיי דורך טעקסט און אפילו דורך פשוט'ע טעלעפאנען אן קיין פילטער, קען דאס רח"ל פירן צו די ערגסטע תועבות, מינות און אפיקורסות, און דאס גייט אריין אין דעם כלל פונעם איסור חמור וואס די גדולי הדור האבן שוין אוועקגעשטעלט בנוגע אינטערנעט אן א פילטער.
ביים מעמד האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות די גדולי ראשי הישיבות וועלכע האבן מעורר געווען די בחורים מיט פייערדיגע דיבורים, אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג נחום בראנדייס שליט"א ר"מ בישיבת אלכסנדר, דער משא המעמד איז געהערט געווארן פונעם זקן ראשי הישיבות אין אמעריקע הגאון האדיר רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת סאוט פאולסבורג. אויך האבן אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די חומר הענין, הגאון רבי ישראל נוימאן שליט"א מראשי ישיבת בית מדרש גבוה, הגאון רבי אליהו בראדני שליט"א מראשי ישיבת מיר פלעטבוש, און דער נואם בחסד עליון הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק.
די בחורים האבן מיט אן ערנסטקייט זיך צוגעהערט צו די דברים חוצבים להבות אש, פארשטייענדיג די אחריות וואס ליגט אויף זייערע פלייצעס זיך אפצושיידן פון די אלע מכשולות, און דעם איסור חמור זיך צו באנוצן מיט AI בכל אופן וצורה שהוא.
די אסיפה האט זיך געשלאסן מיט פייערדיגע קבלת עול מלכות שמים וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, און תיכף דערנאך האבן די מאסן בחורים געזינגען אינאיינעם "וטהר לבנו לעבדך באמת", מיט גרויס התעוררות און שמחה דקדושה, בעת אלע רבנים האבן זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אויפן אויבן אן א לענגערע וויילע.






























תגובות