רירנדע שמחת החאלאקע פון הילד היתום אייניקל פון האד' מביאלא; בן לבנו המנוח ר' ישראל אברהם משה ז"ל
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
אין חצר הקודש ביאלא איז פארלאפאנעם וואך פארגעקומען די רירענדע שמחת החאלאקע פארן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, א יתום מאב ל"ע, א זון פונעם רבינ'ס אומפארגעסליכן זון האברך החשוב ר' ישראל אברהם משה ראבינאוויטש ז"ל, וועלכע איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק, איבערלאזענדיג איין איינציג קינד זייענדיג דאן קוים איין יאר אלט.
זינט די פטירה, איז עינו וליבו פונעם רבי'ן געוואנדן צו די הצלחה פונעם אייניקל דער יתום, דער רבי איז שטענדיג דורש בשלומו, און מאכט זיכער אז ער וואקסט און שטייגט על דרך התורה והיראה, ווערנדיג אויפגעצויגן מעבר לים אין מאנטשעסטער.
פאריגן דאנערשטאג איז דער קינד געווארן דריי יאר אלט, און דער דערהויבענע מעמד החאלאקע איז פארגעקומען במחיצתו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, און די גאנצע משפחה פונעם קינד וועלכע וואוינען אין מאנטשעסטער זענען ארויסגעקומען קיין ארה"ק לרגל די שמחה הגדולה.
נאך תפלת שחרית איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום תלמוד תורה וויזניץ אויף רחוב חנה אין ירושלים, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד "חדר פירן", דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און פארטיילט מיני מתיקה פאר די קינדער.
שפעטער נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א דערהויבענע מעמד חאלקא בראש קהל חסידיו אינעם גרויסן זאל על יד בית המדרש הגדול ביאלא, ווי מען האט אויך געהאט די זכי' צו ענטפאנגען די געהויבענע עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפשניץ שליט"א חותן המלך פונעם ביאלא רבי'ן שליט"א.
דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר לענגערע מינוטין, דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א און זיין מחותן הרב יהודה איסלער פון מאנטשסעטער אפצושערן די האר פונעם קינד, דערויף האט דער רבי שליט"א אליינס אפגעשוירן זיין באליבטן אייניקל.
נאכן אפשערן האט דער רבי פארגעלערנט א שטיקל אין ספה"ק קדושת לוי כנהוג ביי א חאלאקע, בחומר הדברים אנבאלאנגט ביי האר, דערויף האט דער רבי פארגעזאגט די א' ב' אינאיינעם מיטן קינד, און געגעבן צו לעקן האניג, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און פארטיילט לעקעך פארן גאנצן ציבור.









