top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באש ובמים: מעמד ההדלקה דורך האד' מבאיאן אין מירון אריבער מיט ספעציעלע התרוממות טראץ צוימונגען און שוועריגקייטן

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מה נהדר היה המראה, וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דער מעמד ההדלקה רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אויפן ציון הק' אין אתרא קדישא מירון, די חזקה מאבותיו הק' וואס דער רבי האלט אן דור אחר דור, און לייגט אריין אן עבודה רבה מיט אן אויסטערלישן שמחה און התלהבות לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע.


ליידער איז די שמחה ביי די היי יעריגע הדלקה נישט געווען בשלימות, בלויז עטליכע הונדערט אידן זענען אריינגעלאזט געווארן מיטצוהאלטן די הדלקה ביים שטח באיאן, דאראונטער זענען געווען די זקני החסידים, פני העדה און געסט פון אויסלאנד. אין די צייט וואס מען האט זיך געגרייט אנצוהייבן די הדלקה איז אריינגעקומען די נייעס אז איראן האט ארויסגעשאסן א צאל מיסילס וואס באדייט א פרישע אנגעצויגנקייט אין מיטל מזרח און דעריבער האבן די פאליציי שטרענג אנגעזאגט צו האלטן די מעמד קורץ און שארף. דערצו האט זיך ביים כניסת היום ל"ג בעומר אראפגעלאזט א שלאקס רעגן וואס האט פארשווערט פאר די אנוועזנדע משתתפים און די מארגני המעמד. אין לויף פונעם מעמד האט זיך די רעגן עטליכע מאל געשטארקט, און עס האט זיך איינמאל און נאכאמאל ארויסגעוויזן אז כל רוחות שבעולם לא יזוז, צו צושטערן די שמחה פונעם הייליגן תנא רבי שמעון.


אין די זעלבע צייט האבן טויזנטער באיאנער חסידים מיטגעהאלטן די מעמד דורך א הוק-אפ וואס איז געווען צוגעשטעלט אין די קלויזן און צוגאב צו רבבות אלפי ישראל מכל קצוות תבל וואס האבן מיטגעהאלטן די מעמד לעבעדיג.


א קורצע צייט בעפאר 7:00 איז דער רבי ערשינען אויף די דאך פונעם ציון, און געדאווענט מנחה אינעווייניג אין ביהמ"ד אויפן גג הציון צוליב די שווערע וועטער. נאך מנחה האט דער רבי געצינדן ליכט לע"נ די 45 הרוגי מירון, און דערנאך געזאגט א קאפיטל תהילים לזכר נשמתם, בשעת די קאפעליע האט אנגעהויבן די ניגוני התעוררות ווי איינגעפירט. אינצווישן די ניגונים האט דער גבאי הרב אשר פריזענט שליט''א געמאכט א מי שברך לחולה פאר די צדיקי הדור וואס זענען אנגעוואנדן אין א ישועה, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א להחלימם ולרפאותם להחזיקם ולהחיותם בזכות פונעם הייליגן תנא.


דאן האט מען אן קיין פריערדיגע מעלדונג, אויסגערופן אז דער רבי שליט"א וועט תיכף אנצינדן די מדורה. מען האט געקענט טאפן די אנגעצויגנקייט און די לופטן און עס איז געווען קענטיג וואו דער רבי שליט"א איז זיך מזרז שלא כהרגלו נישט אויפצוהאלטן דעם עולם. נאכן זינגען דעם אויסגעווייקטן "יראה", האט הנגיד ר' משה פרץ שווארץ איבערגעגעבן דעם פאקל פאר'ן רבי'ן, האבנדיג די חזקה די לעצטע פאר יאר, און דער רבי האט מדליק געווען די מדורה, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ.


דערנאך איז דער רבי אריבער צו אנצינדן די צווייטע מדורה, ביים ציון פונעם תנא רבי אלעזר ב"ר שמעון, כנהוג, וואו מ'האט ממשיך געווען מיט די ניגונים און פזמונים, בשעת די ריקודין האט דער רבי שליט"א אפגעשוירן אן אייניקל לכבוד די חאלאקע, א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ רבי דוד משה פריעדמאן שליט"א. דער משב"ק הרב בערל ראבינאוויטש האט דערנאך געמאכט א מי שברך פארן רבי'ן "בעבור שזכה להדליק את ההדלקה" און פאר אלע אנוועזנדע און פאר די חסידים מריחוק מקום וועלכע האבן אזוי משתוקק געווען צו קומען קיין מירון.


בלויז א האלבע שעה נאך וואס דער רבי האט געצינדן די מדורה איז מען שוין געווען געצווינגען צו מסיים זיין די מעמד, און מען האט אויסגערופן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן אז אלע חסידים זאלן זאפארט פארלאזן מירון און אהיימפארן למקומות מושבותיהם. אויך דער רבי זעלבסט האט תיכף פארלאזט די מעמד און ארויסגעפארן צום מקום הנופש אין א שטילע געגענט אין צפון וואו דער רבי האט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע תקופה אויף אפרוה.



תגובות


bottom of page