שטאט ביתר מיטגעלעבט זעלטן געהויבענע רבי'שע חתונה בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף - קאלוב
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 4 דקות
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

מאסן חסידים ואנשי מעשה פון די הויפן תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף - קאלוב - ספינקא, האבן זיך נעכטן פאראייניגט מיטצוהאלטן די געהויבענע חתונה אינעם עיר התורה והחסידות ביתר, וואס האט געווירבעלט מיט אן אויסטערלישע פרייד ביי די משתתפים וועלכע האבן איבערגעפילט דעם שטאטישן אודיטוריום עד אפס מקום, דערלעבנדיג די שמחה רוממה בחצרות הקודש.
בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן בן זקונים פון הגה"צ רבי אליעזר צבי טאוב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי זלמן לייב ראזנבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף בראכפעלד, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א און איידעם פון הרה"צ רבי אליעזר ליפא כהנא שליט"א מספינקא ירושלים.
ביים מעמד הקבלת פנים האט דער בדחנא דמלכא ר' מרדכי זעלפריינד הי"ו מעורר געווען זכות אבות מיט הארציגע חרוזים, און מסיים געווען מיט א הייסע תפילה למען בריאותם האיתנה פונעם סבא קדישא דער קאלובער רבי שליט"א און די זיידעס האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק און קרעטשניף, למען יאריכו ימים על ממלכתם. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי אהרן שמעון טויב שליט"א אב"ד קאלוב בארא פארק.
ביים מעמד החופה, וואס איז געווען מלכות'דיג באצירט פארנט פונעם זאל, איז מיט סידור קידושין מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווען אלס עדי קידושין דינען הגאון רבי פנחס אשר שליט"א דומ"ץ קאלוב ביתר און הגאון רבי שמואל חיים הערשקאוויטש שליט"א מרבני קרית קרעטשניף. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"צ ר' אליעזר ליפא כהנא שליט"א מספינקא ירושלים, די ערשטע זעקס ברכותהאט געזאגט דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א מיט א קול חנוק מדמעות, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א.
נאכן חופה איז געווען צוגעשטעלט די סעודת החתונה אין באזונדערע ערטער פאר אלע קהילות הקודש איש על מחנהו ואיש על דגלו. צום באשטימטן צייט האט מען אויפגענומען די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און די ריקודין של שמחה האבן אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן ברוב שמחה והתעלות, דער זיידע האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז מכובד געווארן פארצוזינגען 'ועל כן נקוה לך' חזן וקהל.
די שמחה איז באשיינט געווארן דורך פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי די פעטערס פון ביידע צדדים האדמורי"ם מסאסוב, פרמישלאן, פאלטישאן, ספינקא ירושלים, מבקשי אמונה, נחלת אהרן, קאסאני בית שמש, זידיטשוב בני ברק, סערעדנא, הגה"צ רבי משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן, און העסקן הרב אפרים שטערן שליט"א. ספעציעל האבן זיך אנגעזען די פילע אורחים מעבר לים, ובראשם בני וחתני האדמו"ר מקאלוב שליט"א וועלכע זענען געקומען צופארן פון ניו יארק.
אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים ירושלים, ביאלא בני ברק, שידלובצא, באסטאן ביתר, מיאלען, און דעעש ירושלים, הגה"צ רבי מרדכי זאב וואזנער שליט"א אב"ד מחזה אברהם, הגאון רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית, הגאון רבי משה בראנסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה, הגה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא ירושלים, הגאון רבי חיים לייב רובינשטיין שליט"א רב קהילות החסידים רמה ד' בית שמש, הגה"צ רבי אלטר משה טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא רמה ד' בית שמש, הגה"צ רבי זלמן שפירא שליט"א ראש הכוללים דנאראל, און הרה"צ רבי יצחק וויינבערג שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסלאנים.
באזונדער האבן באשיינט אלע צענדליגער רבנים פון שטאט ביתר פון אלע שיכטן און קרייזן ובראשן דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער פעטער פון ביידע צדדים הרה"צ רבי בעריש קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק הר יונה, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הגה"צ רבי אלעזר יונה גינזבערג שליט"א אבד"ק סוואליאווע, הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף, הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, און הגה"צ רבי יחזקאל שרגא בראך שליט"א ראש הכוללים תולדות אברהם יצחק, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.
ביים געהויבענעם מעמד המצוה טאנץ איז האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק געטאנצן זיצנדיגערהייט מחמת חולשתו אבער מיט אן אש להבה פון דביקות און ברען, און זיך ארויסגעלאזט אין א ספעציעלן ריקוד מיט חתנו הגדול הגה"צ אב"ד קאלוב שליט"א, און דערנאך מיט די אנדערע אדמורי"ם און מחותנים, און א רינג פון די משפחת המלוכה זרע ברך השם.
דערנאך האט מען אויפגערופן דעם קרעטשניפער רבי'ן וועלכע האט אפגעראכטן די ריקודי קודש כדרכו מיט גרויס דביקות, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די מחותנים און זיידעס און א באזונדערע פייערדיגע ריקוד מיט בנו הצעיר הגה"צ אבד"ק קרעטשניף בראכפעלד.
נאך די ריקודין פונעם זיידן הרה"צ רבי אליעזר ליפא כהנא מספינקא ירושלים האט מען אויסגערופן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט געטאנצן מיט אן אש קודש.
א זעלטענע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען מען האט אויסגערופן דעם אבי החתן הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א, וועלכער האט מיט התרגשות אפגעראכטן די עבודת הריקודין מיט זיין בן זקונים נאכן חתונה מאכן אלע זיינע פופצן קינדער בנין וחלתנים רבנן בלעה"ר.
דערנאך האט מען אויסגערופן דער פעטער הגה"צ רבי אהרן שמעון טאוב שליט"א אב"ד קאלוב בארא פארק, און דער אבי הכלה אב"ד קרעטשניף בראכפעלד וועלכער האט אויך אפגעראכטן די ריקודין לפני בתו הכלה ברוב שמחה, צום שלוס האבן זיך אלע אדמורי"ם שליט"א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די שמחה הרוממה.





































































































