דינסטאג פ' יתרו • כ' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי סקווירא זענען איינגעהילט בהתרגשות עצומה, ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די גרויסע דאטום ווען עס וועט געלייגט ווערן די אבן היסוד פאר די נייע שטעטל "קרית סקווירא" אין די קעטסקילס, ווען דערביי וועט זיך אנהייבן די נייע לעכטיגע תקופה אינערהאלב דעם נייעם ישוב, וואס איז ערווארטעט אויסצושטיין אלס אן עיר ואם בישראל.
ווי באקאנט שוין נאנט צו א יאר צייט, גייט אן העפטיגע בוי ארבעט אהערצושטעלן הונדערטער הייזער און א גרויסע בית המדרש, ביים נייעם שטעטל "קרית סקווירא" וואס געפונט זיך אין בעטהעל ניו יארק, אביסל ארויפציהר פון די בליענדע אידישע ישוב אין מאנטיסעלא, א גרופע געלונגענע עסקנים פון סקווירא זענען עוסק דערין בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מען האלט שוין אין שטארקע פארשריט צו קענען גיסן דעם אבן הפינה פארן בנין בית המדרש, וואס וועט זיין די ערשטע אפיציעלער מעמד אינעם נייעם שטעטל.
דעם שבת קודש איז געהאנגען געווארן א גרויסע מודעה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואס טוט איינמעלדן דעם ציבור איבער די היסטארישע מעמד התייסדות קרית סקווירא, וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר במעמד אלפי חסידים ואנשי מעשה, דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שמיני כ"א אדר ב' הבא עלינו לטובה.
אין אט דעם הייליג היסטארישן טאג וועלכע וועט איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די קורות דברי הימים דחסידי סקווירא, וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מייסד הקריה מופיע זיין בהדרו על שטח הקריה צו דעם מעמד נורא הוד און חגיגה של שמחה, וואו דער רבי וועט גיסן דעם אבן הפינה פארן בנין בית המדרש המרכזי און פארן מקוה טהרה, אוועקשטעלנדיג די יסודות הקדושה הנצחיים פארן הייליגן שטעטל מתוך רגשי שמחה ופרקי תפילה ותחנונים.
די סדר המעמד ווערט נאך אויסגעארבעט דורך די חשובע עסקנים, אין די צייט וואס די הערצער פון סקווירא חסידים זענען איינגעהילט אין פרייד מיטהאלטענדיג די הרחבת גבולי הקדושה אויף א גאר היסטארישע פארנעם.
תגובות