מוצאי שבת פ' אמור • י' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
אבינו מלכינו פתח שערי שמים, הייסע תפילות האבן דעם זונטאג פר' אמור בוקע ועולה געווען ביים "עצרת תפלה והתעוררות" אין שטאט בית שמש, וואו פילע הונדערטער חו"ר מבצר הכוללים עטה"ק בראשות הרבנים הגאונים ראשי הכוללים ועל צבאם גדולי ומאורי ישראל שליט"א האבן אינאיינעם איינגעריסן וועלטן מיט הייסע תפילות אז דער בוכ"ע זאל משפיע זיין שפע רב פאר טייערע אידן תמכין דאורייתא וועלכע געפונען זיך מאמענטאל אין א קאמפליצירטע פינאנציעלע לאגע.
עת צרה היאעס איז קיין סוד ביי די בעלי מסי"נ - מנהלי מוסדות חינוך הטהור אין ארה"ק וועלכע זענען דופק על פתחי נדיבים מעבר לים, אז דורכאויס די לעצטע תקופה האט דער פינאנציעלער צושטאנד ביי פיל פילאנטראפן שווערע געווירקט אויף די ריזיגע סומעס וואס זיי פלעגן מנדב זיין בטוב לבם פארן חינוך הטהור אין ארה"ק.צווישן די גרעסטע מוסדות פונעם יהדות החרדית אין ארה"ק ציילט זיך דער "מבצר הכוללים עטה"ק" וואס איז דער שירעם פאר אזויפיל ווי 28 כוללים, וואו עס לערנען הונדערטער יונגעלייט מבני הישוב הישן לענגאויס אר"י, און דורכאויס די לעצטע תקופות געפונט זיך דער הנהלת הכולל אין זייער א שווערן פינאנציעלן צושטאנד אנבאלאגט דאס פארטיילן די חודש'ליכע תמיכות פאר די חו"ר הכוללים.
הקב"ה מתאוה לתפילתם אין ליכט פון דעם צושטאנד איז פאריגע וואך פארגעקומען אן אסיפת הנהלת מבצר הכוללים במעון הקודש פונעם נשיא הכוללים הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג מקהלות הפרושים בארה"ק, וואו עס האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וואו די גדולי ומאורי ישראל שליט"א האבן געלאזט הערן דעת קדשם אז תולעת יעקב אין כוחה אלא בפה, און דאס איז דער צייט ווען מען דארף זיך צונויפנעמען מעתיר זיין בתפילה לשוכן מרומים אז ישלח דברו וישפיע שפע רב פאר די תמכין דאורייתא.
נאך די אסיפת הנהלה האט נאכגעפאלגט אן אסיפת ראשי הכוללים, וואו עס איז געהערט געווארן דער דבר ההנהלה דורך הרה"ח ר' דוד ברזל שליט"א חבר ההנהלה און דורם דעם בארימטן מנהל הרה"ח המפואר ר' שמעון ראטער שליט"א, וועלכע האבן מיטגעטיילט מיט די ראשי כוללים דעם פינאנציעלן מצב פונעם כולל און אויסגעשמועסן דאס וויכטיגקייט פונעם עצרת תפלה והתעוררות.
לאור קריאתם פון גדולי ומאורי ישראל שליט"א, האבן פילע הונדערטער חו"ר מבצר הכוללים פון בית שמש, ירושלים, חריש און צפת זיך צונויפגענומען דעם זונטאג אין ביהמ"ד פרושים אין קרית הרמ"א געגענט, בית שמש, לתפוס אומנות אבותינו און מתפלל זיין מקרב הלב. מיט דברי פתיחה האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' נתן מאיר כהן שליט"א ראש כולל "קול אריה".
מיט חרדת קודש האבן די הונדעטער נאספים אויסגעהערט די דברות קודש פונעם נשיא מבצר הכוללים הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א ממנהיגי היהדות החרדית בארה"ק וואס האט בקול חוצב להבות מעורר געווען דעם ציבור מקיים צו זיין דעם "בקשו פניו תמיד", זאגנדיג אז עס ליגט א פליכט אויף די חו"ר הכוללים אז די זעלבע התמדה וואס זיי האבן ביים לערנען, זאל אויך זיין ביים דאווענען.
נאכדעם האט מען געהערט די ווערטער פונעם ראש הכולל הרב הגאון רבי מאיר העלער שליט"א מרא דאתרא קרית חסידים בי"ש ומרבני קהל תפארת ירושלים, וואס האט ארויסגעברענגט אז די תפילות פאר די תומכים פונעם מבצר הכוללים איז נישט בלויז א תפילה אויף פרנסה נאר דאס זענען תפילות אויפ'ן עקזיסטענץ פון די לומדי התורה און זייער עתיד הדורות.
ואתחנן אל ה'באלד דערנאך האט מען אנגעהויבן די פרקי תהלים מיט א הימל-שפאלטנדע התעוררות, ווען ביים עמוד האט פארגעדאוונט הרה"ג ר' מאיר געפנער שליט"א מרבני הכוללים, און דער ציבור האט אינאיינעם געזאגט די פרקי תהלים מיט השתפכות הנפש.
תפילת 'אבינו מלכנו' האט פארגעזאגט מיט גרויס התעוררות הרה"ג ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א רב ביהמ"ד "שערי טוביה" בנו יחידו פון כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים זצוק"ל בעל "שערי טוביה וואס מסר נפשו פארן יסוד מבצר הכוללים און האט געדינט אלס איר נשיא ביזן לעצטן טאג.
נאכן עצרת האט דער ריזן ציבור באטייליגטע זיך צעשפרייט מיט גרויס האפענונג אז עס זאל נשפע ווערן השפעות טובות פון רחמים וחסדים, און די תמכין דאורייתא זאלן וויייטער קענען אנגיין מתוך הרחבת הדעת און ווייטער קענען זיין שותפים אינעם פעסטונג פון די עמלי תורה בטהרה מתוך הדחק אין ארה"ק.
Komentar