מיטוואך פ' מצורע • ט' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין ישיבה גדולה דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג איז פאריגע וואך פארגעקומען א מעמד כבוד התורה אין סיום מסכת כתובות אינאיינעם מיט די חלוקת פרסים פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבה, די מעמד איז באקרוינט געווארן מיט די השתתפות פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אין עס זענען אויך געלאדענט געווארן די אלע עלטערן הורי תלמידי הישיבה.
עס האט אויפגעטראטן איינע פון די חשובע בחורים, אין דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם רבין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אנהאלטן די קביעות'דיגע סדר לימוד אויך אין די ימי בין הזמנים, אין דאס חשיבות פון ארומגיין נאך געלט פאר אידנסוועגן.
Comments