top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביני עמודי דגירסא: האד' מראחמיסטריווקא באזוכט אין תלמוד תורה סקווירא אין ירושלים

  • לפני 18 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפענעם וואך האט כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א באשיינט די מעמד החומש סעודה פון א אייניקל, א זון פון חתנו הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט''א וואס איז פארגעקומען אין תלמוד תורה סקווירא אין ירושלים, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים און דאן פארטיילט חומשים פאר אלע חתני המקרא. נאכן מעמד איז דער רבי ארומגעגאנגען צווישן די כיתות אינעם תלמוד תורה וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די סדרי הלימודים און געוואונטשן די ילדי תשב"ר בברכותיו הטהורות.



bottom of page