top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תולדות ופעולת חייו • האד' מליזענסק הרה''צ רבי אלימלך שיף זצ''ל למנוחת עולמים

זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות



בצע רב האבן הונדערטע יודן באגלייט פארלאפענעם ערב שבת, אחרי מיטתו פון האי גברא רבה ויקירא שלשלת היוחסין פאר מקדושים הרה"צ רבי אלימלך שיף זצ"ל האדמו"ר מליזענסק ומחשובי רבני ק''ק בעלזא וועלכע איז נפטר געווארן אין עלטער פון 75 יאר נאך יארן פון שווערע יסורים וואס ער האט אלס מקבל געווען באהבה.

מיט זיין פטירה איז אוועקגעריסן געווארן אן עובד ה' מנעוריו, א רועה נאמן לקהל עדתו, אין א מרביץ תורה וואס האט פאשפריייט תורה ויראת שמים פאר שומעי לקחו און אסאך עוסק געוועהן צוריקצוברענגען יודישע נשמות און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים.


דער רבי איז געבוירן בשנת תש"ח אין עיה"ק ירושלים אלס בכור צו זיין טאטן הרה"צ רבי אלעזר משה אברהם שיף זצ"ל מחשובי חסידי בעלזא, וועלכע איז געווען דריי מאל אן אייניקל פון הייליגן רבי רבי אלימלך מליז'ענסק זי"ע. אין זיינע קינדער יארן איז ער נתחנך געווארן אין די בעלזא מוסדות אין ירושלים ווי ער האט שוין דאן ארויסגעשיינט מיט זיין געוואלדיגע שקידה והתמדת התורה. בהגיעו לפרקו האט ער אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט די חשובע רעבעצען תבלחט"א וועלכע האט זיך איבערגעגעבן פאר אים אלע יארן מיט גרויס געטריישאפט, א טאכטער פון הרה"ח רבי יצחק אייזיק שווארץ ז"ל פון מאקאווא, מזקני וחשובי חסידי בעלזא.


מיט דרייסיג יאר צוריק האט ער זיך אריבערגעצויגן צו די רמות געגענט אין ירושלים און דארט אויפגעשטעלט זיין שיין ביהמ''ד 'ליזענסק' אויפן נאמען פון זיין גרויסן זיידן דער רבן של ישראל די הייליגער ר''ר אלימלך זי''ע, מיט די יארן איז דאס ביהמ"ד אויסגעשטיגן אלס א תל תלפיות פאר פילע יודן וועלכע האבן זיך געקלאמערט לפתחו און נהנה געווען מאורו הבהיר. דער רבי איז געווען באקאנט מיט זיינע שטארק התקשרות צום גרויסן זיידן דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, וועמען ער האט כסדר דערמאנט אין זיינע תורות און אויך זוכה געווען ארויסצוגעבן עטליכע ספרים מדברי תורתו, צווישן זיי דער 'ליזענסקער סידור' און נאך ספרים. דער רבי איז יארן געווען איינגעשטעלט אין די בעלזא מוסדות קודם אלס מלמד און דערנאך אלס מגיד שיעור אין ישיבה קטנה, ווי ער האט געלערנט תורה און משפיע געווען יראת שמים און חסידות פאר טויזענטער תלמידים במשך די יארן. אין די לעצטערע יארן האט זיך דער רבי אריבערגעצויגן קיין קרית בעלזא.


דער רבי איז געווען אויסגעצייכענט מיט זיין געוואלדיגע התמדת התורה און פשטות ועניוות וואס איז געוועהן זיין גאנצע מהות. זיין שטוב איז שטענדיג געווען אפן פאר נויטבארדערפיגע אידן וועמען ער האט יעדן מקבל געווען מיט א ליבליכקייט. א באזונדערע מסכת אין זיין לעבן איז געווען דאס מקבל זיין יסורים באהבה, ווען דער רבי האט זיך ליידער געמוטשעט לענגערע יארן מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, אבער מיט דעם אלעם איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש ווי ווייט מעגליך מיט א געוואלדיגע מסירת נפש און איז שטענדיג געווען בצהלות פנים און האט מחזק געווען די ארומיגע מיט אן אויסטערלישע אמונה ובטחון. בלויז צוויי וואכן צוריק איז ער אריבער אן אפעראציע אויפן הארץ וועלכע איז דורך בשלום, אבער דאנערשטאג איז ער פלוצים צוזאמגעפאלן און מען האט עם ליידער נישט געקענט צוריקברענגען.


די לוי איז ארויס פונעם בית הלוויות סנהדריה אין ירושלים אין איז דורך ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים אויפן וועג צום הר המנוחות.


דער רבי לאזט איבער נאך זיך זיינע חשובע קינדער און איידימער כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך, און זיינע חשובע ברודער הרבנים הגאוה"צ צווישן זיי הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.


יהא זכרו ברוך.

bottom of page