top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד מיט מקח-שליסונג אויפן היסטארישן לאקאלע האטעל ביים מקום מסוגל לישועות אין שטאט טשענגער

זונטאג פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אויסטערלישן דורכברוך האבן די עסקנים אין טשענגער אונגארין דערגרייכט אין די וואכן, נאכוואס ס'איז געלונגען אפצוקויפן די היסטארישע Hotel Shuster וואס שטייט הארט אנטקעגן די ביה"ח אין טשענגער ווי שווערע טויזנטער אידן מאכן כסדר די וועג זיך צו קענען משטתח זיין על ציון הקדוש פון מרן רבינו מופת הדור בעל מנוחת אשר זי''ע.

שוין אריבער 3 יאר זינט ווען די ועד האט מיט פרייד פראקאלמירט איבער די פרישע מאסיווע אונטערנעמונג צו אויפשטעלן א פראכטפולע געביידע וואס זאל ווי א כרכא דכולי ביה אויסגערישט מיט אלע נויטיגע באדערפענישן וואס פארלאנגט זיך אין אזא פלאץ ווי עס קומט צוגיין אזויפיל אידן. ביים זיך אונטערנעמען אזא פריאעקט האט מען נאך ווייט נישט געוויסט אין וואס דאס גייט אלס אריינשלעפן, ס'איז געווארן פיל מער פארצווייגט ווי מ'האט זיך געקענט פאראויסשטעלן. בסייתא דשמיא ובזכות פונעם מנוחת אשר איז געלונגען זיך צו ריקן פאראויס, מ'האט געקלאפט אין די הויכע פענסטער און זיך געריקט ווייטער און ווייטער ביז פאריאהר חודש אדר ווען מען האט ערהאלטן די פערמיטן וואס גיבט די גאנצע רעכט זיך צו נעמען צו די בוי פראיעקט גאר אין גיכן. די שטאט-ראט האבן אבער דערווייל נאכנישט געשאנקן עטליכע פערמיטן וואס דערווייל שלעפען זיי ארום דערמיט... דערווייל קענען די טויזענטע באזוכער זיך נאר דערפרישן מיט א גלעזל קאווע, מזונות און א הייסע טעלער זופ אבער דאס איז ווי פארשטענדליך ווייט פון גענוג.

נאכן הערן די בשורה טובה אז דער בארימטע SHUSTER HOTEL שטייט צום פארקויפן, דער האטעל וואס שטייט שוין פאר איבער 200 יאר וואס האט געדינט אלס אכסניא פאר פילע תלמידים נאך בחיים חייתו פונעם מנוחת אשר זי''ע ווי אויך פולע אדמורי''ם אין גדולי ישראל זענען דארט איינגעשטאנען משך די פארגאנגענע 35 יאר זייט מען האט צוריק אנגעהויבן צו פארן צום ציון הקדוש. דער האטעל פארמאגט געניג שלאף ציממערן און א גרויסע חדר אוכל, א קאך מיט אלע באדערפענישן וואס איז גאר א פאסיגע לאקאל פארן הכנסת אורחים. אויסער דעם איז פארהאן נאך א גאנצע בנין אינעם האטעל קאמפלעקס וואס גייט אי"ה איבערגעבויט ווערן פאר א בית המדרש רחבת ידים, און א מקוה טהרה, מיט א קאווע צימער.

דער וועד מוסדות טשענגער מיט די הילף פון נדיבים בעם און גוטע אידן האבן ארויסגעבארגט די גרויסע געלטער און דער גמר המקח איז פארגעקומען פארגאנגענעם ליל שישי פר' וירא אינעם שטוב פון הגה''צ המפורסם גאב''ד טענקא שליט''א מגדולי נכדי הרה"ק מטשענגער זי''ע.

מיט גרויס פרייד טוט מוסדות טשענגער אנונסירן אז קומענדיגע שב''ק פרשת תולדות-ה' כסלו דער 150'סטע יומא דהילולא קדישא פונעם מנוחת אשר זי''ע, וועט דער האטעל שוין זיין אין פילען באנוץ אלס א טייל פון די בנינים וואס וועלן אקאמאנדירן דעם ריזן ציבור משתתפים וואס וועלן קומען צו פארן צום גרויסן שבת הילולא. אין די טעג זיצט די וועד הבנין מיט די בוי מייסטערס וואס וועלן איבערבויען די פראכטפולע האטעל געביידע מיט אלע באדערפענישן, דער פלאן לויטעט אז תיכף נאכן יארצייט ווי נאר דער מאסן ציבור וועט פארלאזן דער שטאט טשענגער וועט מען איבערבויען, אויפפרישן און רענאווירן דעם האטעל אויף א הערליכע פארנעם אז עס זאל זיין פאסיג צו קענען דינען אלס א פערמענירטע הכנסת אורחים געביידע מיט אלע אידישע באדערפענישן ברוחניות ובגשמיות, מיטן ציל אז חודש ניסן תשפ"ד הבעל''ט וועט די בנין שטיין גרייט בתפארתה ומכאן הקריאה יוצאת די למעלה מדרך הטבע'דיגע ניסים וואס מ'זעט אין טשענגער האט שוין באגלייט אזויפיל נדיבים בעם וואס האבן ביישטייערט פאנטסאטישע סומעס צו קענען אהערשטעלן די נייער האטעל געביידע, אצינד איז דא די געלעגנהייט צו קויפן מערערע זכותים אין די נייער האטעל געביידע וואס וועט שטיין על המשמר לאנגע יארן וואס קומען און וועט זיין א זכות וואס מ'קען נישט באשרייבן. די זכות פונעם הייליגן בעל מנוחת אשר וועט זיכער מגין זיין און באגיסן מיט השפעות די אלע נדיבים וואס טוען זיך אנשטרענגען צו ביישטייערן הערליכע סומעס, נאר אזוי וועט מען קענען ווייטער פארזעצן מיט די פלענער צו קענען אהערשטעלן די האטעל געביידע אין די גאר נאנטע תקופה.







bottom of page