top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענע מסע חיזוק פון בעל הנס הגר"צ קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה קיין ענגלאנד בקרב תלמידיו ומעריציו

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א אינטערעסאנטע מראה איז אויפגעכאפט געווארן נעכטן אין די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל ווי הגאון הגדול רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה שטופט א וועגעלע מיט זיין אויסגעבעטענעם בן זקונים, די ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א ביקור חיזוק קיין ענגלאנד וואו ער וועט באזוכן ביי זיינע תלמידים בוגרי הישיבה אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער.


די ראש ישיבה וועט וויילן די קומענדיגער צוויי טעג אין לאנדאן און צייגן פאר זיינע תלמידים דעם 'אל הנער הזה תפללתי', די התרגשות ביי תלמידיו ומעריציו און תשובי לאנדאן איז גרויס, די קידוש שם שמים פון די אכט און אכציג יעריגע ראש ישיבה וואס פארט מיט זיין פיצל קינד הילעכט אפ די תורה שנותנת חיים ללומדיה, און די כח און שטארקייט וואס די ראש ישיבה צייגט לאורך ימים ושנים.


מיטוואך וועט דער ראש ישיבה אנקומען צו זיין אמאליגן היימשטאט מאנטשעסטער וואו די ראש ישיבה האט געדינט אלס ראש כולל לאנגע יאהרן אינעם כולל הרבנים אין שטאט. אין לויף פונעם קורצן באזוך וועט די ראש ישיבה אויפטערטן מיט דרשות אין די היכלי הישיבות והכוללים אין גלייכצייטיג אויפטרייבן שטיצע לטובת ישיבתו 'היכל התורה' אין עיה"ק ירושלים.




bottom of page