top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא טבא לרבנן אין ק"ק משכנות הרועים וחלוקת "תעודות" פאר בחורי החסידות

מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גאר געהויבענער מעמד "להודות" איז געפראוועט געווארן אינערהאלב ק"ק "משכנות הרועים" ווען פילע חסידים חברי הקהילה האבן זיך צוזאמגענומען בראשות כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א ליתן כבוד לתורה ולומדיה, אפצוצייכענען דעם געהויבענעם זמן ווען די בחורי הקהילה האבן זוכה געווען זיך צו פארהערן אויף טויזנטער בלעטער גמרא אינערהאלב חבורת "תלמודו בידו" וואס איז געגרינדעט געווארן צו העלפן די בחורי הקהילה לערנען און חזר'ן און זיך פארהערן אויף די בלעטער גמרא וואס זיי לערנען דורכאויס די בחור'ישע יארן. דער גרויסארטיגער מעמד איז פארגעקומען פארלאפענעם מוצאי שבת קודש פרשת צו ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי רבי אלימלך מ'ליזענסק זיע"א אין די גרויסע "לובעל" זאלן אין דעם תלפיות געגנט אין ירושלים עיה"ק.














bottom of page