top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים • הונדערטער תושבי ארץ הקודש ויוצאי שיקאגא באגלייטן למנוחות האד' מזידיטשויב שיקאגא זצ"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 2 ביולי 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 24 ביולי 2024

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

הונדערטער אידן בני ירושלים עיר הקודש, האבן זיך היינט פארזאמלט ביי די לוי' ברחובות העיר ירושלים, פון האי גאון וצדיק פאר מקדושים כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב שיקאגא זצ"ל.


בשעה 7:00 צופרי האט די ארון געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד און ארום 9:30 האט זיך אנגעהויבן די לוויה פארנט פון בית מדרש הגדול באיאן אויף רח' מלכי ישראל אין ירושלים וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט פילע קרובי משפחה, באקאנטע און הונדערטער יוצאי שיקאגא וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פארן צדיק וחסיד וואס האט אריינגעשיינט אידישקייט און חסד דארט אין שיקאגא ומחוצה לה, בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן מחותנו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין באגלייטונג פון א גרויסע ציבור חסידים.


די וויז'ניצער רבי האט מספיד געוועהן ארויסגעברענגענדיג זיין פשטות, הצנע לכת, נועם הליכות, מידת האמת, און וויפיל ער האט אויפגעטון דארט אינעם ווייטן שיקאגא, דערנאך האט אויפגעטראטן מיט דברי הספד בן זקוניו ממלא מקומו הגה"צ רבי זלמן לייב אייכנשטיין שליט"א אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.


דערנאך האבן די קינדער געריסן קריעה און געזאגט קדיש, דאן האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר אין ריכטונג פון הר הזיתים ווי די רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיו, בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכע האט באגלייט די מיטה לענגאויס די מלכי ישראל גאס, און די שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע לויה ביז נאך די קבורה, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מסטראפקוב, טריסק, סאכאטשוב, באסטאן הר נוף, ראזלא, און מחותנו הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page