דינסטאג פ' וישב • ט"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין, ישראל באב"ד, JDN
מיט גרויס שמחה און רגשי הוד האבן מאסן חסידים ומעריצים מקבל פנים געווען האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, וועלכער איז בחסדי שמים באפרייט געווארן און ערלויבט געווארן צו קענען ארויספארן קיין ארץ ישראל, און זיך צוריק פאראייניגן מיט עדת צאן מרעיתו און בני קהילתו און בני המשפחה, נאכ'ן ווערן פארהאלטן שוין אריבער צוויי חדשים דורך די ציוניסטי'שע רבנות הראשות פון קענען ארויספארן פון לאנד.
דינסטאג פארטאגס איז אנגעקומען די בשורה טובה אז דער רב שליט"א האלט אינמיטן דעם פרעצאדור פון באפרייט ווערן פון א"י, ויעבור הרנה במחנה, און מ'האט זיך תיכף גענומען אראנזשירן די הכנות צו די מעמדי קבלת פנים לקבל פני הודו בשמחה וגילה.
דינסטאג ביינאכט אמעריקאנע צייט האט זיך דעם רב'ס פליגער אין א פרייליכע שעה געהויבן פון ארץ ישראל. אויפ'ן פליגער האט דער רב ארויסגעגעבן די הוראה אז איינער זאל מוציא זיין דעם עולם בשם ומלכות סיי אין די כולל און סיי אין די ישיבה, מיט'ן ברכת "הטוב והמטיב" וואס מ'זאגט ווען מ'הערט א בשורה טובה.
ווי נאר די הוראה איז אנגעקומען בתוככי הישיבה והכולל האט מען געמאכט די ברכה מיט גרויס התרגשות, און עס האט אויסגעבראכן פייערליכע טענץ טענץ בתופים ומחולות בראשית חכמי ורבני הכלל ורמ"י ותלמידי הישיבה.
מיטוואך צופרי זענען דריי באסעס ארויסגעפארן מיט די חברי הכולל ותלמידי הישיבה, און באזונדער די בני המשפחה, מען האט מסדר געווען מיט די באאמטע א מקום מיוחד אין לופטפעלד צו קענען מקבל פנים זיין גלייך ביים ארויסקומען.
דעם רב'ס פליגער האט געלאנדעט אין אמעריקע מיטוואך כחצות היום, און ווי נאר דער רבי האט זיך באוויזן פאר'ן ציבור האט ספאנטאנטיש אויסגעבראכן אומבאשרייבליכע טענץ אויף די ניגוני הודאה "חסדי ה'", "בך בטחו" און נאך.
דער רב האט זיך אוועקגעזעצט און געענדיגט תהלים וואס ער האט געהאלטן אינמיטן וועג, מ'האט געזינגען ווארמע ניגוני הודאה, דער רב געמאכט לחיים און אנגעווינטשן יעדן באזונדער, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע טאנץ אויפ'ן ניגון "יש בורא עולם - יש".
פון לופטפעלד איז דער רב געפארן אויף ק"י פאר א פריוואטע קבלת פנים דורך די בני המשפחה. דערווייל האט מען געמאכט גרויסע צוגרייטונגען פאר די קבלת פנים רבתי אין די "קרית הקהילה" אויף וויינער דרייוו אין מאנסי, וואס איז געווארן איינגעהילט אין מלכות'דיגע צורה לכבוד המאורע.
ארום 9:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען מיט די פמליא און שיירא, ווערנדיג ענטפאנגען דורכ'ן ציבור בריקודין עלאין, ובקול רנה ותודה המון חוגג, און יעדן צוריקגעווינטשן במאור פניו.
מען איז אריין אין ביהמ"ד, דער רב האט געפראוועט א שלחן לחיים, און משמיע געווען הארציגע דברות קודש איבער די גרויסקייט פון תפלה, אמונה ובטחון, און שארף ארונטערגעריסן די מלכות הרשעה וואס איז דא צו שמד'ן אידישע קינדער און אונטערצוברענגען די תורה הק', זממם אל תפק. מ'האט ממשיך געווען מיט פרישע טענץ, און דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מקאסן פארשעי שליט"א וואס האט אסאך געטון אין די פדיון שבוים קעיס, און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' אלעיזר וואלדמאן, מיט'ן דבר המוסדות והקהילה.
דערנאך איז יעדער באזונדער אריבערגעגאנגען שלום נעמען, און דאן איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב ביהמ"ד שער התפלה מאנסי.
מוצאי שבת האט מען ממשיך געוועהן די געהויבענע שעה'ן פון רגשי הודאה להשי"ת ביים צענטראלן סעודת הודאה אין די זאלן פון 'תפארת עלקא'. דער רב איז אריינגעקומען אין זאל לקול צהלה ורנה פונעם ציבור הגדול. דער רב האט זיך באגריסט מיט די פילע רבני ודייני העיר וואס האבן באשיינט די בימת הכבוד, און באזונדער זיך באגריסט מיט הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב קהל שערי תפלה מאנסי, וועלכער האט געזאלט אויפטרעטן ביים מעמד, אבער צוליב די שפעטע שעה האט ער געזאגט אז ער וועט רעדן ביי א צווייטע געלעגנהייט און דערביי ווארעם געוואונטשן פאר'ן רב.
דער רב האט זיך געוואשן צו די סעודת מלוה מלכה, און עס האט זיך אנגעהויבן די שורת הדרשנים, צוערשט הגה"צ אב"ד באראוו שליט"א מח"ס לא תבושו, וועלכער האט ארויסגעברענגט די מעלות פון בזיונות און וויפיל מ'ווערט דערהויבן ווען מ'גייט דורך אזא שווערע פרשה, ווען דער רב שליט"א איז אלעמאל ארויסגעשטאנען אלס אוהב שלום ורודף שלום און פרובירט אויף אלע אופנים צו פארמיידן מחלוקת.
דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יהושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה פרעמישלאן ונשיא ממלכת התורה עוז והדר, וועלכער האט ארויסגעברענגט בכבודו תורתו פונעם טאהש'ער רב שליט"א וואס מ'האט די זכי' זיך אנצונעמען פאר כבוד התורה און זיך פרייען ווען מ'איז זוכה צו האבן דא ווידער בתוכינו דעם גרויסן עמוד התורה והיראה.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברות קודש פונעם רב שליט"א בעל הנס, וועלכער האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן דעם רבינאט אין ארץ ישראל וואס איז דא עוקר דעם גאנצן יהדות. מ'האט דערביי אויפגעשפילט א נייעם ניגון וואס דער רבי האט פארפאסט זייענדיג אין ארץ ישראל, אויף די ווערטער "פליאה דעת ממני", איין נאכט ווען ס'איז געווען א שווערע סיטואציע ווען ס'האט געהייסן אז ס'איז נישט דא א וועג ארויס, האט זיך דער רב מחזק געווען באמונה ובטחון און פארפאסט דעם דביקות'דיגן ניגון.
דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט פייערדיגע טענץ וואס האט זיך פארצויגן ביז א שפעטע שעה, וינועו אמות הסיפים ווען אינמיטן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע ריקודין עילאין מיט צוויי אייניקלעך ביי וועם ער האט פארפאסט זייערע חתונות זייענדיג אין ארץ ישראל.
Comments