top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקווירא תושבי מאנסי מיטגעהאלטן סעודה שלישית רבתית בראשות הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א

מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

לכבוד דעם גרויסן שבת של שמחה די שבת עלייה לתורה בחצרות סקווירא - ראחמיסטריווקא - וויז'ניץ, וואס איז פארגעקומען אין מאנסי האט דער געהויבענער זיידע הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א געוויילט אויף שבת אין מאנסי און מיטהאלטן דעם גאנצן שבת בצלו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. שלש סעודות האט הרה"צ רבי יצחק שליט"א מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידי סקווירא תשובי מאנסי פון אלע געגענטער, וואו דער גאסט האט פארגעזאגט די זמירות און משמיע געוועהן דברי תורה.



תגובות


bottom of page