זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין מאד אונגארן אויף אפרוה איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען צום שטאט ליסקא מקום מנוחת כבודו פון הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע בעל אך פרי תבואה לרגל די 150'סטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן היינטיגן זונטאג י"ד אב.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ענגע קרייז חסידים און מקורבים, די רבי האט געצינדן ליכט און דערנאך מתפלל געוועהן אינעם חדר כהנים שע"י הציון. דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום אלטן היסטארישן שוהל וואס דער הייליגער רבי הערשעלע מליסקא זי"ע האט געלאזט בויען באחרית ימיו מיט גענוי 150 יאר צוריק, ליידער איז אבער דער ביהמ"ד חרוב געגאנגען, אין לויף פון די יאהרן. דער רבי שליט"א האט דארט געדאווענט מנחה ביים איבערגעבליבענעם כותל המזרחי - דאס אייציגער טייל וואס איז פארבליבן פרעזערווירט פונעם ארגינעלן שוהל, און דערנאך זיך אומגעקוקט ארום דעם שטח הבית הכנסת.
Comments