דינסטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם זונטאג ערב ראש חודש אב איז אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא קמא פון חסידא ופרישא בוצינא קדישא הגאון הצדיק רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל מנקיי הדעת שבירושלים של מעלה.
דורכאויס די גאנצע טאג פונעם הילולא זענען פילע אידן ארויף צום הר המנוחות אשר שם חלקת מחוקק ספון פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פון דעם גאון צדיק ופרוש וואס האט געדינט דעם אויבערשטן מיט העכערע השגות און געלעבט א לעבן פון תורה קדושה וטהרה צדקות ופרישות כחד מחסידי קמאי. ובראשם האבן זיך אנגעזעהן ביים ציון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, חתנו כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א פון אשדוד, חתנו כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א פון ביתר, נכדו כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א.
לעת ערב איז פארגעקומען די צענטראלער סעודת הילולא אין ביהמ"ד ספינקא ירושלים אויף רח' סלנט, אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן די זרע ברך השם חשובע קינדער און איידימער פונעם בעל ההילולא כ"ק אדמו"ר מספינקא בית שמש שליט"א, און די איידעמער כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א, און הגה"צ אב"ד תוצאות חיים בראכפעלד שליט"א, כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א נכד בעל הילולא, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א א חבורתא פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי זצ"ל, און כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.
אין די בארימטער ישיבת טשעבין אין ירושלים איז באזונדער אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא פונעם גאון וצדיק וואס האט משפעי געוועהן מאור תורתו וקדושתו אויף די תלמידי הישיבה אין לויף פון צענדליגער יאהרן, נאכמיטאג זענען פילע תלמידי הישיבה ארויף פוקד זיין דעם ציון הק', און פארנאכטס איז פארגעקומען א סעודת הילולא רבתי אין שפיץ פון די ראשי ורבני הישיבה, מען האט געהערט פייערדיגע דברי חיזוק במשנתו של אותו צדיק פון הגה"צ המקובל רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א וועלכע האט פאר אריבער דרייסיג יאהר געלערנט מיטן בעל ההילולא אין ישיבת המקובלים שער השמים, און דברי זכרון פון הרה"ח המפואר רבי מרדכי וועבער שליט"א משמש בקודש ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע, אויך האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' ישראל משה בראנדער שליט"א מגדולי תלמידי בעל ההילולא, און די משגיח הישיבה הגה"צ רבי שמואל דוד שניאורסון האט מסיים געווען ש"ס בבלי וואס די תלמידי הישיבה האבן געלערנט לעילוי נשמתו הטהורה.











ביים סעודת הילולא אין היכל ישיבת טשעבין אין ירושלים





ביים עלייה לציון על קברו אויפן הר המנוחות





Comments