top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שעות של שמחה ודביקות ביי שוה"ט לכבוד ט"ו בשבט בצל האד' מקרעטשניף כפר עטה

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין חצר הקודש קרעטשניף כפר עטה האט מען אפגעצייכנט דעם הייליגן טאג חמשה עשר בשבט מיט א זעלטענעם פייערליכקייט, זייענדיג דעם ערשטן גרויסן טיש וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן אויף א גרעסערן פארנעם זינט ער האט איבערגענומען די כתר האדמורו"ת מיט וווייניגער פון א האלבע יאר צוריק.


די עסקנים האבן ספעציעל ארויסגעדינגען דעם גרויסן היכל הטישן בחצר הקודש פינסק קארלין אין ירושלים, צו קענען אקאמאדירן די שווערע הונדערטער אידן וואס האבן געשטראמט מיטצוהאלטן דעם טיש בצילו פונעם רבי'ן שליט"א וואס זיינע טישן זענען איז אין געציילטע חדשים פארוואנדלט געווארן אלס אן אבן שואבת פאר פילע חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך דערווארעמען לאורו.


דער רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש מלובש מיט בגדי שבת כמנהג אבותיו הקדושים, דער טיש האט זיך פארצויגן פאר ארום דריי און א האלב שעה, באגלייט מיט כלי שיר וזמר, וואו מאסן אידן האבן מיטגעלעבט די געהויבענע שעות של שמחה ודביקות, ווען בין גברא לגברא איז דער רבי משמיע מצוף נועם אמרותיו, נאכן בענטשן זענען די הונדערטער באטייליגטע דורכגעגאנגען פארנט פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט פארטיילט פירות פאר אלע משתתפים.



bottom of page