top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אבד"ק ור"מ תפארת אליעזר שליט"א אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן צוזאמפאלן ביי חתונה פון בתו הכלה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 11 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 11 ביוני

מיטוואך פ' בהעלתך • ט''ו סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

השתדלו והרבו תחינה: די נאכט איז הגה"צ אבד"ק ור"מ תפארת אליעזר שליט"א צוזאמגעפאלן בעידן חדוותא בשעת די חתונה פון א קינד, דער רב שליט"א איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים.


דער רב שליט"א איז אוועקגעפאלן בשעת די ריקודין ביי די חתונה פון בתו הכלה תחי' מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר ריזל אין וויליאמסבורג, די חברה הצלה זענען אנגעקומען אויפן סצענע און בחסדי שמים באוויזן צוריקצוברענגען דעם רב שליט"א נאכן ליגן אין קארדיאק ארעסט ל"ע, מען האט אין איילעניש אפגעפירט דעם רב שליט"א צו די N.Y.U. שפיטאל אויף באהאנדלונגען.


דער רב שליט"א איז נאך אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, די נאמען צו מתפלל זיין איז הרה"ג רבי אברהם יודא בן יוטא חוה לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

תגובות


bottom of page