top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רוח והצלה: האד' מפטיסבורג בחסדי שמים אויסגעמיטן קוילן ביים באשיינען א שבע ברכות אין ירושלים

  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני יומיים

מאנטאג פ' כי תשא • י"ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי פיטסבורג געבן אפ א שבח והודאה להשי"ת אויף די נסים גלוים וואס האט פאסירט די לעצטע זונטאג נאכט ליל תענית אסתר מיט כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א וועלכער איז ניצל געווארן פון די חיצי האויב וואס האט באהאגלט די רמת שלמה געגנט אין ירושלים.

געווען איז דאס ווען דער רבי האט באשיינט ביי א שמחת שבע ברכות אין רמת שלמה ווען עס האבן אנגעהויבן פליען מאסיווע באמבארדירונגען פון איראן, וואס האט צווישן אנדערן באטראפן דעם זאל וואו דער פיטסבורגער רבי איז געזיצן אינאיינעם מיט די בעלי שמחה וקרובי המשפחה.

דער רבי איז געזיצן הארט ביים פענסטער וואו די שראפנעל האבן דורכגעלעכערט, אבער בחסדי השי"ת האבן זיך די איבערבלייבענישן פונעם באמבע און די גלאז דארט אפגעשטעלט אדאנק די פירהענג וואס האבן איר בלאקירט פון פליען ווייטער, און דערמיט אפגעראטעוועט דעם רבי'ן און די משתתפים פון א סכנת מות רח"ל.

 

תגובות


bottom of page