top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעשות רצון אביו: האד' ממיאלען וועט אריבערפלאנצן זיין הויף פון קרית גת קיין בני ברק

מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי ואוהדי בית מיאלען האבן מיט אן איבערראשונג אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א וועט אריבערפלאצן דעם מיאלענער הויף פון שטאט קרית גת, צו א נייע שכונה אין שטאט בני ברק. די החלטה איז געמאלדן געווארן ביי א ספעציעלע אסיפה וואס דער מיאלענער רבי האט היינט פאררופן פאר עדת צאן מרעיתו אָן צו מעלדן די מטרה פון די אסיפה.


דער מיאלענער רבי איז דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר בעל 'נועם ישראל' מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, נאכ'ן הסתלקות פון קרית גת'ער רבי'ן זצ"ל חשון תש"פ, איז בנו יקירו דער מיאלענער רבי דערווייל פארבליבן במקום מגורת אביו אין קרית גת, און דארט געעפנט דעם שיינעם מיאלענער הויף וואס בליעט לשם ולתפארת.

מיט די יארן איז זיך די חסידות צעוואקסן, אויסשטייגנדיג אלס צענטער פונקט פאר פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך מקשר געווען צום מיאלענער רבי און שעפן א חיות דקדושה פון זיינע געהויבענע תפלות און טישן און זיין ליבליכע צוגאנג און נאנטע קשר מיט יעדן חסיד, האבן די ראשי ועסקני הקהלה זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א פאסיגע קביעות'דיגע מקום פאר'ן מיאלענער הויף, ביז ס'איז יעצט  ביי די אסיפה געקומען די ענדגילגטיגע החלטה , אריבערצופלאנצן דעם הויף צום עיר התורה וחסידות בני ברק.

מיט א געשפאנטע נייגער האבן זיך צונויפגעזאמלט די חסידים פון אלע שטעט פון איבער גאנץ ארץ ישראל. ביי די אסיפה איז סערווירט געווארן א סעודה רחבה כיד המלך לכבוד ראש החדש, און הרה"ח ר' שלום סענדערס מנכבדי העדה האט איבערגעגעבן די מטרה פון די היינט נאכטיגע אסיפת עם קודש. ער ההאט אראפגעלייגט פאר'ן ציבור די אלע אפציעס וואס איז געווען ביז היינט, און אז די פאסיגסטע אפציע איז געווען די עיר התורה וחסידות בני ברק, אין די נייע שכונה "מתחם הסופרים" אדער ווי טייל רופן עס קרית איילת השחר, ביים עק פון בני ברק, נאך קרית הערצוג, א נייע אויפבליענדע געגנט וואס האלט אינמיטן באוואוינט ווערן מיט יראים ושלמים, און אנטשפרעכט צו זיין א שכונה גדולה מיט טויזנטער איינוואוינער. דארט בתוככי השכונה וועט דער רבי שליט"א אריבערפלאנצן דעם מיאלענער הויף, און פון דארט משפיע זיין מאור התורה וחסידות פאר עדת צאן מרעיתו.

דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ח ר' צבי ארי' מיימון, פון די נאנטע מקורבים ביים פריערדיגן רבי'ן דער נועם ישראל, און ער האט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשלות הענינים נאך פון די צייטן ביים רבי'ן ז"ל, ביז'ן היינטיגן טאג, ווען מ'זעט בליעה"ר אזא הערליכע אויפבלי בצל ממשיך דרכו דער רבי שליט"א.

עס איז דערביי פארטיילט געווארן א ספעציעלע ביכל מיט אלע אינפארמאציע ארום דעם געגנט, און די פרטים פונעם "ועד הדיור" וואס וועט זיך אפגעבן צו העלפן דעם עולם טרעפן דירות פאר צוגענגליכע פרייזן, צו קענען זיך אריבערציען און לייכט איינגלידערן, און אזוי ארום ווייטער האבן די זכי' לחסות בצל רבם באופן קבוע.

דאן האט מען מקדם געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה. דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש, ארויסגעבנדיג מצפוני לבבו און מיט גרויס התרגשות וגעגועים מעלה געווען זכרונו הטהור פון אביו דער רבי ז"ל, און ווי ער האט מקבל געווען פון אים קלארע סימנים אז אנהויב זאל ער וואוינען אין קרית גת, אבער די רגע וואס ס'מאכט זיך די מעגליכקייט, סיי מ'האט דאס פלאץ און סיי פינאנציעל, זאל מען זיך אריבערציען צו א צווייטע פלאץ, און ב"ה איז יעצט געקומען דער ריכטיגער שעת הכושר צו ממלא זיין רצון קדשו פונעם טאטן ז"ל, דער רבי האט דערביי געמאלדן אז ער האט שוין געקויפט א דירה אין די נייע שכונה, און ער האפט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אז לכבוד ר"ה שנת תשפ"ה שוין דארט צו וואוינען און עפענען דעם ביהמ"ד.

אויך האט דער רבי דערציילט אז מיט א יאר צוריק האט ער פוקד געווען דעם ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי לייזער זאב זי"ע דער בוטשעטשער רב אין ראמעניע, וואס ער טראגט זיין נאמען, און ער האט דארט צוגעזאגט אז אויב וועט ער בקרוב טרעפן א מקום קבוע פאר'ן הויף וועט ער אנרופן דעם ביהמ"ד על שמו, און יעצט טוט ער טאקע מקיים זיין דאס ווער האט צוגעזאגט, און ער טוט באשטימען דעם נאמען פונעם נייעם ביהמ"ד אין בני ברק על שם זקינו הקדוש.

צום שלוס האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בניגוני שבח והודאה להודות ולהלל אויף די גרויסע חסדים און סיעתא דשמיא וואס באגלייט דעם רבי'ן, און דערנאך איז דער עולם אריבער מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן.





bottom of page