הייליגע שעה'ן פון קבלות והתחזקות ביי "מעמד הודאה" נאך היסטארישן שבת-חזק וסיום קריאת ספר תורה בחצה"ק סקווירא
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 8 דקות
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי וואהל, איצי מ.,JDN
א געהויבענע יום טוב'דיגע שמחה'דיגע שבתא דריגלא איז אריבער אויף אלפי חסידי סקווירא וועלכע האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם "שבת חזק – סיום קריאת התורה" בצלא קדישא עילאה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, לרגל דאס פארענדיגן ליינען אין די נייע ספר תורה וואס עדת חסידי סקווירא האבן אריינגעגעבן פאריאר כ"ח שבט תשפ"ה אינערהאלב די מבצע "קדשינו" זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי טעכנאלאגיע און צניעות.
לרגל די היסטארישע איבערלעבעניש, זענען געקומען צו פארן מאסן געסט פון איבער דער גארער וועלט, כולם נקבצו מיטצוהאלטן דעם שבת שקלים בצל הקודש. ערווארטענדיג אן איבערפלוס פון אורחים איז דער ביהמ"ד הגדול אהערגעשטעלט געווארן אויף משך דעם גאנצן שבת מיט א ספעציעל-פארגרעסערטן אויסשטעל צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, מיט פילע צוגעלייגטע זיץ-פלעצער און הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום אלע דריי זייטן פון ביהמ"ד, און ווי אויך איז אויפגעשטעלט געווארן פארענטשעס אויף די גאלעריען און ביי די עזרת נשים.
א מחזה הוד האט זיך אנטפלעקט ביים אריינקומען אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס, צו זען דעם היכל האדיר איבערגעפילט מיט פילע טויזנטער חסידים זקנים עם נערים, מיט א הייליגע און פרייליכע שטימונג שהחיינו לזמן הזה, צו מסיים זיין כל התורה כולה אין די נייע ספר תורה, און זיך אינאיינעם פון פריש מחזק זיין מיט קבלת טובות להתקדש בקדושה של מעלה בסיום ימי השובבי"ם.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א בנו בכורו פונעם רבי'ן, זייענדיג א זעלטענע פאל, ווען דעם רבי'נס קינדער גייען כמעט נישט צו צום עמוד סתם א שבת. נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער גוט-שבת זאגן פאר'ן רבי'ן, און האט זיך פארצויגן אסאך לענגערע ווי געווענליך צוליב דעם ריבוי העם הנאספים. די סעודות פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה גדולה אין די בניני המוסדות אין שטעטל. פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט מען מוסיף געווען מערערע ניגונים לכבוד דעם גרויסן שבת חזק, אויפ'ן שטייגער ווי מ'לייגט צו ניגוני שמחה ביי שמחות אין רבי'נס הויף. ווי אויך זענען די מאכלי קודש פון רבי'ן אויפגעגעבן געווארן אין "גאלדענע כלים" אזוי ווי יום טוב און ביי א שמחה.
שבת צופרי ביי שחרית האט מען געטאפט אין די לופט א יום כיפור'דיגע אויר, ויחרד כל העם אשר במחנה זיך גרייטנדיג בנהירו עילאה צום סיום כל התורה, ווען דער רבי שליט"א וועט עולה זיין די לעצטע עלי' פון אחרון. בעל תפלה צו שחרית איז געווען הר"ר דוד אונגאר מנהל ישיבה סקווירא מאנטרעאל.
א כוואליע פון התרוממות דקדושה האט יעדן ארומגענומען ווען מ'האט ארויסגענומען דעם ספר תורה צום ליינען. שלישי האט עולה געווען דעם רבינס זון הרה"צ ר' יעקב יוסף, שישי דעם רבינס זון הרה"צ ר' יצחק, און דער קלימאקס איז געווען ווען דער רבי האט עולה געווען צו אחרון, אנדערש ווי געווענליך ווען דער רבי שליט"א איז עולה צו שישי.
איידער'ן עולה זיין האט מען געזינגען דעם התעוררות'דיגן "רוזשינער תנועה", דעם רבי'נס קינדער וואס שטייען געווענליך ביים ליינען נעבן רבי'ן אויף די בימה, זענען יעצט אראפגעגאנגען און געשטאנען אין די זייט נעבן די בימה, און דער רבי האט געזאגט די ברכה מיט א געוואלדיגן קאך און ברען און התעוררות עצומה. נאך ענדליגן ליינען דעם רבי'נס עלי', האט דער גאנצער ציבור האלפים אויסגעשריגן מיט הייליגע עקסטאז: "חזק חזק ונתחזק!" און דערנאך האט דער דער בעל קורא נאכגעזאגט בקול רם. מ'האט דאן דערלאנגט פאר'ן רבי'ן א רשימה פון אלע נעמען פון די חסידים אנשים נשים וטף, וואס האבן זיך פון פריש מקבל געווען די קבלת טובות בעניני טעכנאלאגיע און צניעות.
דאן איז פארגעזאגט געווארן א ספעציעלע "מי שברך" לכל קהלא קדישא הדין, וואס האבן זוכה געווען להשלמת כל התורה, פארגעזאגט מיטן ספעציעלן "חתן תורה נוסח" דורך הרה"ג ר' יעקב אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ סקווירא בני ברק, און שליח ציבור אין ביהמ"ד הגדול אין די ימים נוראים, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פארצוזאגן דעם מי שברך בקול רם.
איידער'ן מי שברך האט מען געזינגען "ניגוני יום כיפור", שאפנדיג א געוואלדיגע התעוררות אין ביהמ"ד וואס אין לשעת ואין לתאר. דער רבי האט מיטגעזאגט די ווערטער פונעם מי שברך, און עטליכע מאל אויסגעבראכן אין שטארקע בכיות. דערנאך איז דער רבי געגאנגען "הגבה", און מיט "גלילה" איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער ראה"ק סקווירא, וועלכער האט בייגעשטייערט א גרויסן סכום פאר די הוצאות השבת.
דערנאך איז געקומען דער קלימאקס, ווען האלטנדיג די תורה אין די האנט, האט מען אנגעהויבן זינגען ניגוני שמחה, און א שמחת תורה'דיגע שטימונג האט ארומגעהילט די טויזנטער חסידים וועלכע האבן זיך געהויבן אין די לופטן בשמחת התורה, בשעת דער רבי האלט די ספר תורה אין די האנט און מאכט הייליגע תנועות, נאכגעפאלגט מיט ריקודין קדישין בעוז ותעצומות, אשרי עין ראתהו. דערנאך האט מען ארויפגעלייגט די ספר תורה אויף די בימה, און ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין, דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט און מעודד געווען די ניגונים מיט די הענט, וינועו אמות הסיפים. מפטיר-שקלים האט עולה געווען דעם רבינס זון הרה"צ ר' חיים מאיר, דער רבי שליט"א איז דערנאך צוגעגאנגען צו מוסף-שקלים און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות כדרכו.
די שמחה איז נמשך געווארן שפעטער מוצאי שבת, ביים גראנדיעזן מעמד הודאה, און כינוס הרבבות וואס האט פאראייניגט פילע טויזנטער חסידים אנשים נשים וטף, בקול רנה ותודה המון חוגג הייליגע שעה'ן פון קבלות והתחזקות, בראשות דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דער מעמד האט געטראגן א הייליגע מטרה פון הדר קבלוה, ווען די טויזנטער חסידים למגדול ועד קטן האבן פון פריש מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע און צניעות, אין די ראמען פונעם מבצע "קדשינו", אין נאכפאלג פון אן אומגלויבליכן מספר פון "110 כינוסי התחזקות" אין די שכונות און שטיבלעך, און מוסדות וישיבות הקדושות דחסידי סקווירא בכל רחבי תבל, אין בעפארגרייטונג צום שבת חזק, סיום הקריאה אין די היסטארישע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן פאריאר כ"ח שבט תשפ"ה.
דער מעמד הגדול איז אפגעהאלטן געווארן אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא וואס איז געווארן מאיעסטעטיש אהערגעשטעלט צו אקאמאדירן דעם איבערפלוס פון טויזנטער חסידים פון אומעטום.
מיט פראכט און שטאלץ איז די מזרח-וואנט באצירט געווארן מיט די ריזן-סיין מיט קרוב צו 15 טויזנט נעמען, אויסגעשטעלט אין פארעם פון א ספר תורה, די אלע נעמען פון חסידי סקווירא בכל מקומות מושבותם וואס האבן געהאט גענומען א ווארט אין די קדשנו ספר תורה. א רייכע סעודת מלוה מלכה איז געווען צוגעשטעלט אינעם אלטן ביהמ"ד, וואו דער ציבור האלפים האט זיך געוואשן און געזינגען די זמירות למלוה מלכה, און דאן איז מען אריבער צום היכל ביהמ"ד החדש צום מעמד.
ארום האלב עלף איז דער רבי שליט"א ערשינען לקול תרועת הזמרה, ווען דער ציבור איז מקבל פנים דעם רבי'ן בשמחה עצומה. דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט פאסיגע ניגוני הודאה און דערנאך האט הר"ר יעקב יוסף שפיטצער יו"ר מבצע "קדשינו", גענומען דאס ווארט וואו ער האט ארויסגעברענגט די שמחה פונעם היינטיגן טאג ווען די טויזנטער חסידים שרייען אויס צום רבי'ן "נעשה ונשמע", מיר טוען וואס דער רבי בעט מיט א געטריישאפט, די שטרי קבלות איז נישט סתם א פאפיר, נאר ס'שרייט ארויס פון הארץ וכולם מקבלים לעשות רצון אבינו שבשמים. באזונדער האט ער ארויסגעברענגט איבער די ערשיינונג פונעם ספעציעלן קונטרס "נתיבות קודש" וואס ענטהאלט א רייכן שלל פון אמרות טהורות פונעם רבי'ן שליט"א בעניני קדושה וטהרה לימי השובבי"ם וואס איז ספעציעל ערשינען לכבוד די חגיגה.
דאן האט דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' יצחק שליט"א פארגעלערנט א לענגערע שטיקל אינעם נייעם קונטרס נתיבות קודש, דאס שטיקל פונעם לוח יומי פון טאג כ"ח שבט, זייענדיג מוסיף אל הקודש שיינע בחינות בעניני דיומא.
מ'האט געזינגען א ניגון הכנה, און דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די לענגערע דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, איבער די גרויסע שמחה און חיזוק וואס מ'נעמט דא ארויס, וואס איז טאקע צוגעפאסט אין די יעצטיגע טעג ווען מ'גרייט זיך צו מחיית עמלק, נעמט מען זיך צאם צו באזיגן די כוחות היצר, מאכן גדרים וסייגים צו זיין אינגאנצן מובדל ומפורש פונעם גוי, ובפרט אין די עניני טעכנאלאגיע, יצרו של אדם מתחדש בכל יום, ס'קומען כסדר ארויס נייע כלים וואס ברענגט נייע נסיונות, וזה לעומת זה איז מען מרבין בשמחה מיט נייע קבלות און עס קומען אראפ נייע השפעות קדושות.
בחרדה עילאה האט דער רבי שליט"א דערמאנט וואס מ'גייט באלד האבן די זכי' זיך צו פרייען מיט די הייליגע ספר תורה פון הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע, דער זכות זאל מגין זיין, און דערמאנט דעם זכות פונעם טאטן ז"ל, אויסברעכנדיג אין א יאמערליך געוויין, און אויסגעפירט אז ס'איז יעצט א זמן מסוגל צו בעטן "שובה עלינו בהמון רחמיך בגלל אבות שעשו רצוניך".
דערנאך האט מען געהערט מייסטערהאפטיגע חרוזים דורך הר"ר יושע כף, אראפשילדערנדיג די מסירת נפש'דיגע עבודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט די אלע פעולות חובקות און פראיעקטן במשך די לעצטע דרייסיג יאר צו באקעמפן די נסיונות אין טעכנאלאגיע למען קיום הדורות. אינמיטן די חרוזים זענען ארויפגעקומען דריי אידן, א מיטל יעריגער איד, א יונגערמאן, און א יניק וחכים, יעדער פון זיין פערספעקטיוו האט אראפגעלייגט ווי אזוי דעם רבי'נס פעולות לעמוד בפרץ האט זיי געהאלפן זיך צו שטארקן קעגן די פגעי הזמן און בלייבן אפגעהיטן לה' ולתורתו.
דערנאך זענען די צענדליגער גבאי השכונות און גבאי השטיבלעך ומנהלי הישיבות ברחבי תבל אריבער אל פני הקודש און יעדער באזונדער האט ארויפגעלייגט על שלחן המלך א הערליכע טאץ אנגעפילט מיט שטרות מיט די קבלות פון זייער געגנט אדער מוסד. דער רבי האט מיט א צהלת פנים איבערגענומען פון יעדן די סלי שטרות און מאציל געווען במאור פנים, בשעת דער ציבור זינגט דערביי ניגוני התעוררות.
דער יו"ר הרב יעקב יוסף שפיטצער האט ווידער גענומען דאס ווארט, און דערמאנט בשבח בית יעקב אלו הנשים, וואס האבן גענומען קבלות טובות, און ווי אויך דערמאנט די אלע כינוסים וואס זענען געווען לקראת דעם שבת לחיזוק והתעוררות, צווישן די נשים צדקניות.
מ'האט געזינגען "רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט", און דער רבי האט משמיע געווען ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור, ארויסהייבנדיג די מקבלי קבלות און אנגעוואונטשן ס'זאל אנקומען גרינג און ס'זאל ברענגען ברכות והשפעות לרוב.
נאך וואס דער רבי שליט"א האט אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור געזאגט די רבונו של עולם פון די זמירות מוצאי שבת, ביי וועלכן עס ווערט אויסגערעכנט אלע שערים, האט מען צוגעטרעטן צום קלימאקס ווען מ'האט אריינגעברענגט אין ביהמ"ד די פינף הייליגע היסטארישע ספרי תורה, ובפרט די ניי-אפגעקויפטע ירושה-ספר תורה פון הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע מיט וואס דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודין עלאין.
דער רבי איז פאר א קורצע וויילע אריין לחדרו הפרטי, און אין צענטער פון ביהמ"ד איז געווארן אויפגעשטעלט א גרויסע פלאטפארמע פאר רבי'ן. קורצליך דערויף איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד און צוגעטרעטן צו די פלאטפארמע, מ'האט געזינגען מיט גרויס התעוררות דעם ניגון רבוש"ע האב שוין רחמנות, און דאן האט מען מקבל פנים געווען די ירושה ספרי תורה, פון רבי אהרן טשערנאבלער, רבי יוחנן ראחמיסטריווקער, און פון רבי איציקל סקווערער, פונעם פריערדיגן סקווערער רבי'ן און די נייע קדשינו ספר תורה.
די ספר תורה פון רבי אהרן טשערנאבלער איז אריינגעברענגט געווארן דורך הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א, און אנקומענדיג צום בימת הכבוד האט ער עס איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן וועלכער האט זיך ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע טענץ מיט א געוואלדיגן קאך און ברען, וואס האט אריינגעשלעפט דעם ציבור אין אן אומבאשרייבליכע התרוממות של שמחה, וינועו אמות הסיפים.
דערנאך האט מען אראפגעלייגט אלע ספר תורה אויף די בימה, מ'האט אויפגעמישט די ספר תורה פון רבי אהרן טשערנאבלער צום פרשת השבוע, דער רבי איז געגאנגען הגבה, און מיט גלילה איז מכובד געווארן הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח, וועלכער האט אפגעקויפט די ספר תורה אלס מתנת קודש פאר'ן רבי'ן.
די משפחת המלוכה, די זיבן קינדער פונעם רבי'ן האבן זיך דאן ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אל מול פני הקודש, אויפ'ן ניגון "בגלל אבות", און אן עלעקטראנישע שטראם פון פארגלייזטע עקסטאז כאפט ארום דעם ציבור ווען דער רבי זעלבסט שטעלט זיך אויף און כאפט זיך אן מיט די קינדער פרי עץ חיים פארגייענדיג אין א פייערדיגן טאנץ ארום די פינף הייליגע ספר תורה, אשרי עין ראתה כל אלה.
דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט פניו כלפי העם און געקלאטשט, און דאן זיך צוריק אויפגעשטעלט און געמאכט א ברכת "שהחיינו" בשם ומלכות מיט גרויס דביקות אנגעטון מיט די נייע סטראקעס-בעקיטשע. דערנאך האט זיך דער ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די ספר תורה פון רבי אהרן טשערנאבלער מיט גרויס ברען, און דאן מיט די קדשנו ספר תורה.
דערנאך איז דער רבי צוריק צום בימת הכבוד, און דער ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים פאר קרוב צו א שעה צייט, און באזונדער האט דער רבי געוואונטשן פאר אלע עסקנים פון קדשנו און פון די כינוסים. אויך האט דער רבי אפגעשיקט פאר אלע שטיבלעך מעבר לים, פאר יעדן שטאט א שליח מיוחד, א טאץ המן טאשן לכבוד פורים, צו פארטיילן פאר אלע מתפללי השטיבל.
דער מעמד איז געשלאסן געווארן נאך 2:30 שפעט ביינאכט, ווען דער ציבור צוגייט זיך מיט אומגעהויערע הרגשי קודש נאכ'ן זוכה זיין מיטצולעבן אזעלכע לעכטיגע שעה'ן בצלא קדישא עילאה.









































































































