שמחת החאלאקע פון צוויי אור-אייניקלעך פון האד' מסערט וויזניץ אפגעראכטן אין אתרא קדישא מירון
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי,JDN
פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון בראש קהל חסידיו, וואו עס איז כמנהג ישראל תורה אפגעראכטן געווארן די שמחת החאלאקע פון צוויי אייניקלעך ביים רבי'ן, דער ערשטער איז היניק זון פון בנו הצעיר הרה"צ רבי שלום עוזר האגער שליט"א, און דער צווייטער איז אן אור-אייניקל, היניק זון פון הרב זלמן לייב מייזליש שליט"א, בן הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א און איידעם פונעם רבינס איידעם הרה"צ רבי יואל איתמר קרויז שליט"א.
אנקומענדיג קיין מירון איז דער רבי שליט"א צום ערשט ערשינען אויפן גרויסן באדן נעבן דעם ציון הקדוש, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע און א שולחן לחיים רבתי. מען האט געזונגען ווארימע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעשוירן די ילדי חאלאקע, אנגעטון די ציצית און איבערגעגעבן דעם סידור מסורת כנהוג.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א אפצושערן די ילדי חאלאקע, בעת מען האט געזונגען ניגוני שמחה. ווי אויך האט דער רבי שליט"א אפגעשוירן נאך עטליכע חאלאקע קינדער ביי די חסידים.
דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד של שמחה טאנצנדיג מיט ביידע חאלאקע קינדער די אייניקלעך. שפעטער האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א אויפצוטרעטן, און צום שלוס האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב און געזאגט מזמורי תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים.
נאך תפלת מעריב איז דער רבי שליט"א אריין אינעם מערה, וואו ער האט שופך שיח געווען און מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים ציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי לישועת הכלל והפרט.
















תגובות