top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג • גרויסער ציבור באטייליגט זיך ביי די חתונה בחצרות דעעש, קאלוב, זכרון נפתלי און שאץ

דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגאנעם זונטאג איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג די חתונה בחצרות קאלוב - דעעש - שאץ, עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן בן הגה"צ רבי ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א רב דקהל זכרון נפתלי ד'קאלוב פון בארא פארק בן כ"ק הגה"צ רבי נפתלי ארי' טויב זצ"ל מקאלוב, וחתן כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון וויליאמסבורג מיט די כלה תחי' בת הגה"צ רבי בערל טויב שליט"א אבד"ק קאלוב וומסב"ג, בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וחתן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון בני ברק.


די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון קאָנטינענטאַל אין וויליאמסבורג. א גרויסער עולם חסידים ומעריצים האבן זיך משתתף געווען במשך די גאנצע חתונה אנגעהויבן פונעם קבלת פנים האט געהערשט א גרויסער ערנסטקייט. בפרט ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א וועלכער האָט זיך מטריח געווען טראָץ ליידער חולשת גופו הטהור. דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די קבלת פנים און די חופה אויף א ספעצילע פאלטפארמע. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון וויליאמסבורג דער זיידע פון חתן. מיט קריאת הכתיבה איז מכובד געווארן כ''ק האדמו"ר מדעעש וומב"ג שליט"א א עלטער פעטער פון די כלה. די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"מ בישיבת באבוב דער זיידע פונעם חתן.


תיכף נאך די חופה האט מען ממשיך געווען מיט די סעודת החתונה דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט שמחת חתן וכלה ביז אין די שפעטע נאכט שעות. באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידים ואוהדי בית קאלוב וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פארן אבי הכלה וועלכע שטייט לימין אביו הגדול דער רבי שליט"א לרפו"ש אין אלע ענינים. בפרט העלפט דער רב שליט"א אין דעם ענין פון קירוב רחוקים וואס דאס איז געווען דעם רבין קרוב לליבו מאוד, און איז צענדליגע מאל אוועקגעפארן אין די מרחקים האלטן די דרשות וואס דער רבי שליט"א פלעגט האלטן יערליך מקרב צו זיין די פארווייטערטע נשמות ל"ע. אויך האבן חסידי דעעש געפירט ריקודין אינאיינעם מיטן רבין שליט"א וועלכער איז נאך אין די שלושים נאך די פטירה די מוטטער הרבנית הצ' ע"ה. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין א שפעטע שעה אין איז נישט געטאנצן צוליב די אבילות. ארום צוועלף אזייגער האט מען געבענטשט ברכת המזון. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די געהויבענע מצוה טאנץ. צום ערשט האט מען אויסגערופן די זיידע כ''ק האדמו''ר מקאלוב שליט''א דערנאך האבן געטאנצן די אנדערע זיידעס כ''ק האד' מדעעש שליט"א. כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון וומב"ג, און הרה"צ רבי נחום מאיר גערמאן ר"מ בישיבת באבוב.

bottom of page