top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כולם נקצבו באו: רעקארד-ציפער אידן האבן פוקד געווען קערעסטיר ביי 99'סטע הילולא

דינסטאג פ' אמור • ו' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


"דיו אילו ימי וכל מי כנישותא", עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די שטורמישע רגשי הלב, די טיפע התרוממות הנפש וואס שפּירט זיך ביי די אלפים ורבבות חסידים ואנשי מעשה, נאכ'ן זיך צוריקקערן אנגעלאדענט מיט השפעות טובות פון דער ווייטער "קערעסטיר" אין אונגארן, שם חלקת מחוקק ספון, וואו זיי האבן זוכה געווען פוקד צו זיין דעם ציון המציונת פונעם מופת הדור הרב הקדוש רבי ישעי'לע קרעסטירער זי"ע און בעז"ה דארט אויסגעבעטן כל מילי דמיטב בזכותו פונעם פועל ישועות בקרב הארץ.


די פילע טויזנטער אידן מבקשי ישועה, האבן דורכאויס די ימי ההילולא קדישא, ובפרט אינעם יום שבתון אין לשכוח, דער הייליגער און לעכטיגער "שבת הילולא קדישא", זיך דערקוויקט פון דער אויסנאמליכער ברייטהארציגער הכנסת אורחים וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די אייניקלעך פון רבי ישעי׳לע זי״ע, די ראשי עיר קערעסטיר, וואס מן השמים קא זכו להם צו פארוואלטן מיט דאס הייליג הויז, דעם ציון הקדוש, בית מדרשו, און שטעלן צו א ווירבלדיגער אפאראט פון הכנסת אורחים פאַר יעדן איד וואס קומט צו פארן פוקד זיין דעם ציון המצויינת סיי ווען איבער'ן יאר.


אכסוף נועם שבת, איז געוויס דער קלימאקס פון די הילולא געווען אין לויף פונעם גאנצן שב"ק פר' קדושים, וואס איז געווען איין חטיבה פון התרוממות אלפי נפשות ישראל, בצל כנפיך פונעם הייליגן רבי ישעי'לע יחסיון, זיך דערווארעמענדיג בנהירו עילאה תחת חסותו פונעם מופת הדור.


דער שטאט קערעסטיר האט געווירבלט אויף שב"ק מיט א היסטארישע באלאגערונג פון העכער "צוויי טויזנט אידן", דער גרעסטער שבת וואס אדמת אייראפע האט צוגעזען נאכ'ן קריג תחת קורת גג אחד, ומי ישע ישאבון, זיך געפינענדיג באתרא דמר סמוך ונראה צום ציון הק' און זוכה געווען צו אפרעכטן די תפלות בנועם קדושת השב"ק אינעם ביתו נאוה קודש, דער מקום קיבול תפלות ומסוגל לישועות.


דער לעכטיגער שבת הילולא איז געפּראוועט געווארן אין שפּיץ פון צענדליגער אייניקלעך והרבנים הגאונים שליט״א נכדי בעל ההילולא, ווען במשך דעם גאַנצן שבת פאַרברענגט מען בדברי תורה וסיפורי צדיקים במשנתו פון הייליגן רבי ר׳ ישעי'לע זי”ע.


בפניא דמעלי שבתא איז שוין דער ציבור געווען פארזאמלט אינעם הערליך און באקוועם אויסגערישטער ביהמ"ד גדול ומפואר. מיט מנחה איז נתכבד געווארן דער עלטסטער אייניקל פונעם בעל הילולא וואס האט געוויילט אין קערעסטיר אויף די הילולא, הרב משה גרויס שליט"א מקערעסטיר.


פאר קבלת שבת האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק שומרי שבת שליט"א צו ענטפאנגען די טויזנטער געסט און דערווארעמען די לבבות לקראת שבת מלכתא. מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרב שמעון רובין שליט"א נכד בעל הילולא.


אויף א געהויבענעם און ברידערליכן פארנעם איז אפגעראכטן די סעודת שב"ק בצוותא חדא פון די אלפי אורחים. קידוש אויפ'ן הייליגן בעכער פונעם בעל הילולא און ברכת המזון איז פארקויפט געווארן פאר די נדיבים בעם תומכי בית רבינו.


במשך דעם גאנצן שבת איז פארגעקומען משמורי תהילים אינעם הייליגן "קוויטל שטוב", וואס האט בוקע רקיעים געווען, ווען אידן נוצן אויס יעדע ליידיגע מינוט צו מעתיר זיין אין דעם עת רחמים ומסוגל בעצם ההילולא צו פועל'ן דבר ישועה ורחמים.


שבת צופרי מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרב יושע נפתלי לאנדא נכד בעל הילולא, און מיט שחרית הגה"צ אב"ד קערעסטיר שליט"א. די עליות איז פארקויפט געווארן צווישן פאר די נדיבים בעם תומכי בית רבינו און די נכדי בעל ההילולא. מוסף האט פארגעדאווענט הגה"צ גאב"ד אדווארי שליט"א.


דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען ביים מעמד נורא ונשגב "רעוא דרעוין", הגה"צ קערעסטירער רב שליט"א און הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי שליט"א האבן מלהיב געווען די הערצער מיט אן אויסטערלישע התעוררות וואס האט נישט געלאזט א טרוקן אויג, נאכפאלגנדיג מיט געהויבענע טענץ מיט פארזיכערטע הערצער צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.


די צענטראלע מלוה מלכה וסעודת הילולא איז געפראוועט געווארן מוצאי שב"ק אינעם גיגאנטישן שאטער, ברגשי התעוררות בהשתתפות אלפי ישראל. דער נואם בחסד עליון הרב ישראל שטערן האט געהאלטן געשפאנט מיט בליציגע רעיונות, אנפירנדיג מיט'ן מעמד אלס יושב רב. דעם דבר הילולא האט מען געהערט פון די נכדי בעל הילולא הגה"צ גאב"ד אדווארי און הגה"צ אב"ד קערעסטיר, איבער'ן תוקף קדושת היום באגלייט מיט הימלישע סיפורים ועובדות פונעם הייליגן זיידן וועלכער איז משפיע עד היום הזה. דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ המקובל ר' שמשון רפאל ערלאנגער שליט''א. ברכת המזון אויפ'ן הייליגן בעכער פונעם בעל ההילולא איז פארקויפט געווארן פאר גרויסע נומערן.


אין דער זעלבער צייט איז די שטאט קערעסטיר פארוואנדלט געווארן אלס מעין קיבוץ גליות, עס האט אנגעהויבן אריינשטראמען צענדליגער טויזנטער אידן מכל כנפי תבל, וואס האט אנגעהאלטן במשך דעם קומענדיגן מעת לעת, וואס איז באשטימט געווארן אלס "יום עלי' לציון".


נאכאנאנד זענען אנגעקומען קיין קערעסטיר פרישע קבוצות גדולות וואס האבן געוויילט אויף שב"ק אין אנדערע שטעט, אדער וואס האבן זיך ארויסגעלאזט פונדערהיים מוצש"ק, אריינכאפנדיג נאך צו פוקד זיין ביים ציון הק' במוצאי הילולא ולמחרתו.


די שפראך איז ארעם אראפצוגעבן די הימל שפאלטענדע יללות פון אידישע קינדער ביים ציון הקדוש וואס האבן געריסן די שערי שמים. אידן, אנשים נשים וטף, האבן זיך אויסגעגאסן די הערצער מיט הייסע הארצרייסנדע תפלות, ווען די ראשי קערעסטיר שטעלן איין א מייסטערהאפטיגער סיסטעם, באגלייט פון ״שמירה״ מיט ״וויי.עף״ פראדוקשענס, אז יעדער איד זאל קענען אנקומען זיך משתטח זיין כאטש א קורצע וויילע אויפ׳ן ציון הקדוש.


די ברייטע פלאטע פון באקוועמע "שאטעלס" האבן קורסירט נאכאנאנד די גאנצע שטאט פון אלע פארקינג לאטס און ערמעגליכט דעם שנעלן און לייכטן אנקום צום ציון הק' און צו ביתו נאוה קודש. עס איז שטארק באגריסט געווארן דער נייער דרך המלך צו גיין צופיס צום ציון הק', וואס האט דראסטיש ארויסגעהאלפן פאר'ן טראפיק.


אינעווייניג ביים ציון המציונת איז געווען אַ יום הקדוש׳דיגער התרגשות, יעדער מיט זיינע בקשות פּערזענליך, ארויסקומענדיג פון ציון הקדוש איז שוין געווען פרייליך געמיט מ׳האט זיך געוואונטשן לחיים, גע׳פועל׳ט אלעס גוטס, סמוך ובטוח לבם אז מ׳האט זיך בעז״ה אויסגעבעטן און פּועל געווען כל טוב.


באזונדער האט געווירבלט ביתו נאוה קודש, וואו ס'זענען פארגעקומען אלע תפלות אין אלע שטובער, וואו אידן האבן שופך שיח געווען און געשריבן קוויטלעך אינעם הייליגן "קוויטל צימער".


אינעם ריזיגער "הכנסת אורחים" טענט איז כסדר סערווירט געווארן סעודות גדולות און א ברייטן אויסוואל פון נארהאפטיגע מאכלים ומשקאות וואס האט געזעטיגט און דערקוויקט די טויזנטער פוקדים, וועלכע זענען סערווירט געווארן כיד המלך.


דער שטראם קיין קערעסטיר, וואס האט אנגעהאלטן מיט קראפט פון דאנערשטאג קדושים ביז דינסטאג אמור, האט צאמגעברענגט אומגלויבליכע פרעצעדענטלאזע ציפערן פון פילע צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע וועלט עקן, ברעכנדיג א פרישע רעקארד פון עולי קערעסטיר, וועלכע זענען אהיימגעפארן אנגעלאדנט מיט פולע הויפענס ישועות ורפואות, להפקד בדבר ישועה ורחמים.

















































































bottom of page