top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מזמור שיר חנוכת הישיבה: ישיבה הרמה אלכסנדר אין בארא פארק באנייט בנין מפואר

דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט רגשי קודש און חדוה עילאה האבן די הונדערטער תלמידים מופלגים פון די בארימטע "אלכסנדר ישיבה" אין בארא פארק, בנשיאות הגה"צ רבי ברוך זינגער שליט"א אבד"ק אלכסנדר, און בהנהלת הראש ישיבה הרה"ג ר' מאיר פינקל שליט"א, זוכה געווען צו מחנך זיין דעם נייעם גיגאנטישן בנין הישיבה, וואס איז אויפגעבויט געווארן ברוב פאר והדר, אויסגעשטאט מיט אלע באקוועמע און רחבות'דיגע צוגעהערן פאר די הרחבת הדעת פון די תלמידים.


דער חנוכת הבנין איז באשטימט געווארן אויפן יום מסוגל ערב ר"ח ניסן, וואס האט זיך צוערשט אנגעהויבן מיט א לענגערער ביקור פרטי אינעם בנין החדש, ווען צו די באשטימטע צייט ארום 5:00 נאכמיטאג האבן זיך אלע בחורים ארויסגעלאזט פונעם אלטן בנין הישיבה אויף 15 און 63, שפאצירנדיג צום נייעם בנין אויף די 62'סטע גאס צווישן 16 און 17.


אנקומענדיג צום בנין האט מען געהאט די מעגליכקייט צו כאפן א שפאציר און ברייטע ארומבליק אין אלע דריי גיגאנטישע שטאקן פונעם בנין, זעענדיג פונדערנאנט די פרעכטיגע היכלים און איינריכטונגען וואס איז אהערגעשטעלט אינעם נייעם ריזן אכסניא של תורה.


אויפ'ן אונטערשטן שטאק איז אויפגעבויט געווארן א הערליכער גרויסער חדר אוכל, א קאמערציאלע קאך, מאנטלען צימערן, חדרי רמי"ם, און נאך. אויפ'ן צווייטן שטאק האט מען אנגעטראפן צוויי אויגפארכאפנדע היכלים, ריזיגע בתי מדרשים, איינס פאר די ישיבה גדולה און איינס פאר די ישיבה קטנה, חדרי המגי"ש, חדר הראש ישיבה, א גרויסע קאווע צימער, און נאך פילע צוגעהערן, און אויפ'ן דריטן שטאק פינף רחבות'דיגע שיעורים צימערן.


נאכ'ן ארומשפאצירן לארכה ולחרבה פונעם גאנצן בנין האבן זיך די בחורים צאמגענומען אינעם נייעם ביהמ"ד פון די ישיבה גדולה אויף תפלת מנחה, אין שפיץ פון אלע מרביצי תורה. הרה"ג ר' ישעי' זעלטנרייך ר"מ בישיבה בן אב"ד טשאקאווע, האט געדינט אלס שליח ציבור, און דאס התעוררות און התרוממות איז געווען זייער גרויס. נאך מנחה האט מען געזאגט פרקי תהילים וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעצייגט וועלכע מ'זאל זאגן לכבוד פתיחת הבנין. תהילים איז בקול בוכים פארגעזאגט געווארן דורך הרה"ג ר' זונדל שימאנאוויטש ראה"כ סקווירא ור"מ בישיבה.


נאכדעם איז מען אראפגעגאנגען צום חדר האוכל, וואס איז שיין צוגעגרייט געווארן פאר'ן חגיגת "חנוכת הבית" וואס איז געפייערט געווארן ברוב פאר והדר. מ'האט געזינגען פאסיגע שירי הודאה, און דערנאך האט מען געהערט די התרגשות'דיגע דרשה דורכ'ן רב שליט"א, אויפברענגענדיג די היסטאריע פון די ישיבה אין אלכסנדר נאך אינדערהיים ביז'ן היינטיגן טאג, ווען מ'זעט בליעה"ר דעם ריבוי הגבולים מיט תלמידים מופלגים יראי ה' לתפארת בית אלכסנדר.


מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ להודות ולהלל אויף די גרויסע חסדים, און דערנאך איז מען אריבערגעגאנגען וואונטשן לחיים.


צום קומענדיגן זמן הלימודים נאך פסח וועט דער בנין פולקאם באנייט ווערן דורך די הונדערטער תלמידים ברוב פאר והדר.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

Comments


bottom of page