top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם ארויסגעלאזט אויף ערשטמאליגער נסיעה קיין מאראקא

  • Bechatzros admin
  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' משפטים • כ''א שבט | בחצרות הקודש

היינטיגן זונטאג נאכמיטאג איז הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם ארויסגעפארן אויף אן ערשטמאליגער נסיעה קיין מאראקא וואו ער וועט באשיינען ביים שמחת החתונה בבית מקורבו הטפסר המרומם הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו פון מאנסי עמוד התווך פון חצר הקודש תורת חכם.


די חתונה קומט פאר דעם דינסטאג אין שטאט מאראקעש אין מאראקא און צו דעם געלעגנהייט האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו פוקד צו זיין די ציונים הק' פון די פילע חכמי מאראקא, און צדיקים מפורסמים וואס ליגן דארט באהאלטן.


היינט נאכמיטאג נאך א מסיבת צאתכם לשלום בבית מדרשו אין ירושלים, איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד פון וואו ער האט זיך געהויבן מיט א פריוואטן פליגער קיין מאראקא, אין באגלייטונג פון א ענגע קרייז מקורבים. מארגן מאנטאג אין לויף פונעם טאג וועט דער רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים און באזוכן און נאך היסטארישע ערטער אין די אידישע קווארטל אין מאראקא.


דינסטאג וועט דער רבי באשיינען ביים שמחת החתונה בבית הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו און אויפצומארגנס מיטוואך וועט זיך דער רבי צוריקקערן למעון קדשו אין עיר הקודש ירושלים.

bottom of page