top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרישע רעוועלוציע אין די יודישע ביזנעס וועלט: הלכה יומית פראגראם


די אידישער ביזנעס וועלט באגריסט דעם אלוועלטילכע "5to9 הלכה יומית" פראגראם, וועלעכע טוט ארויסהעלפן דאס אוועקשטעלן אן אויסגעהאלטענע אטמאספערע אין די ארבעטס-פלעצער. טויזענטער אידן - מענער און פרויען - פון איבער די גארער וועלט לענגאויס אמעריקע, אייראפע, ענגלאנד, אויסטראליע, און ארץ ישראל זענען שוין איינגעשריבן און באקומען א טעגליכן קורצע אימעיל מיט הלכה און חיזוק אקטועל פארן ארבעטס-פלאץ.  מיט עטליכע יאר צירוק האט דער עולם המסחר אומעטום באגריסט דעם נייעם אויפטוה וועלכע עס איז ערשינען אויף די אידישע גאס, מיט'ן ציהל צו לערנען די גאר וויכטיגע הלכות פון יחוד, קריבה, התרחקות וכדומה וועלעכע זענען נוגע ביים ארבעטס-פלאץ. נעמליך א נייע פראגראם אינעם ביזנעס-וועלט, וואס טוט ארבעטן אז יעדער וואס שרייבט זיך איין, באקומט יעדען ארבטס-טאג אן אימעיל  מיט א קורצע הלכה/חיזוק אקטועל פארן ארבעטס פלאץ, וואו עס מאכט זיך זייער אפט אזעלכע סארט שאלות, ספעציעל אין אפיסעס און אין גרעסערע ביזנעס צענטערן, וואו פרויען און מענער ארבעטן אינאיינעם. מיט'ן לערנען די הלכות, וועלעכע איז אראפגעשריבן אויף א געשמאקן און צוגענגליכן פארנעם, גרינג צום פארשטיין און אוועקגעשטעלט אויף א פראקטישן פארנעם, מיט משלים און ביישפילן וואס מאכן זיך יעדן טאג, טוען סיי די בעלי בתים און סיי די ארבעטער וויסן וויאזוי זיך צו פירן, ווי אזוי זיך אומצוגיין אין געוויסע אומשטענדן. וואס מעג מען יא זאגן? אויף וועלכע אופן טאר מען זיך נישט גריסן? וויאזוי באהאנדלט מען אן אומבאקוועמע סיטואציע און ווען דארף מען אנפרעגן ביי א מורה הוראה. דעריבער, אין די לויף פון די פריערדיגע פאר יארן, האבן פולע טויזענטער מענער און ווייבער פון איבער די גארער וועלט זיך איינגעשריבן צו באקומען די טעגליכע הלכה אימעיל'ס, וועלעכע איז צו באקומען פאר יעדן איינעם, פאר גענצליך בחינם, און איז צו באקומען אין אידיש אדער ענגליש יעדער לויט זייער פארלאנג, און טוט ברענגען אן אויפוואכונג אין איינהאלטן די האקעלע און גאר הארבע הלכות, נישט צוצוקומען צו קיין מכשולות ביי די ארבעטס פלעצער. דערמיט טוט דער פראגראם דינען א טאפלטער ציהל, סיי אז מ'האט א געלעגנהייט אין בלויז געציילטע מינוט, דורכ'ן אפליינען די געשריבענע הלכה אינעם אימעיל, צו מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה און זיך משלים זיין אין אין וויכטיגע הלכות, און סיי דאס אז עס טוט העלפן א איד וועלכער שטרעבט זיך צו פירן ערליך און אויסגעהאלטן, אז ער זאל דאס קענען אויספירן מיטן לערנען די וויכטיגע אפיס הלכות וואס זיי האבן מעגליך נישט געוואוסט ביז היינט. נאכן גרויסן פארלאנג פון פולע איינגעשריבענע האט מען יעצט איבערגעארבעט די פראגראם ברוחניות ובגשמיות, איבערארבעטענ'דיג דעם תוכן און אזוי אויך צוגעלייגט פולע הלכות וועלעכע מען האט נישט צוגערורט ביז יעצט – ספעציעל נאכדעם וואס די וועלט ווערט פול מער פארגעשריטן פון טאג צו טאג און יאר צו יאר. אזוי אויך איז געווארן איבערגעמאכט די עצם אויסשטעל פונעם אימעיל א.א.וו.  ווי אויך וועט מען בעזהי"ת צולייגען שו"ת פון אקטועלע שאלות וועלעכע קומען אריין צום מערכת.  די הלכות זענען געשריבן געווארן דורך חשובע תלמידי חכמים און מורי הוראה און איז תחת פיקוחו פון הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א – דומ"ץ סקיוורא ב"פ.  דער זכות פון אראפנעמען די פאר מינוטן יעדן טאג צו לערנען די וויכטיגע הלכות, איז געוואלדיג גרויס, און ווי עס שטייט אין ספה"ק, אז די עצם לערנען די הלכות א שמירה נישט נכשל צו ווערן אין זיי.  מען קען באקומען די אימעליס דורכן שיקו אן אימעיל צו: 9to5@learnthehalacha.org


Comments


bottom of page